די מוזיקאַלישע גרופּע, וואָס הייסט „די ליביער‟ (Lybians אָדער „הלובים‟ אויף העברעיִש), באַשטייט, אין דער אמתן, פֿון ישׂראלים, יניבֿ רבה און יאַנקעלע סגל. די מוזיקאַנטן קאָמבינירן די מאָדערנע פּאָפּולערע מוזיק מיט די אוראַלטע ייִדישע פּיוטים פֿון ליביע. מיט איר טעטיקייט, היט די גרופּע אָפּ אַן אוניקאַלן שיינעם זשאַנער פֿון חזנות, וואָס איז געוואָרן אין די הײַנטיקע צײַטן אַ יקר־המציאה.
די גרופּע פֿון זעקס מוזיקאַנטן שעפּט איר סטיל פֿון די אַראַבישע, אַפֿריקאַנער, טערקישע און מערבֿדיקע קוואַלן. אין צענטער פֿון איר שעפֿערישקייט בלײַבן אָבער די אוראַלטע האַרציקע נשמה־ניגונים. דעם 7טן מײַ, טרעטן „די ליביער‟ אויפֿן צום ערשטן מאָל אין אַמעריקע, אויף דעם מאַנהעטענער פֿעסטיוואַל Global Beat („וועלט־ריטמען‟), וועלכער שטעלט דעם טראָפּ אויף נײַע זשאַנערס, אויפֿגעלעבטע אוראַלטע טראַדיציעס און גלאָבאַלע חידושדיקע פֿאָרעמס פֿון פּאָפּ־מוזיק.
אינעם פּעריאָד פֿון 1949 ביז 1951, ווען ליביע האָט דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט, זענען בערך 30,000 אָרטיקע ייִדן אַנטלאָפֿן פֿונעם לאַנד. זייער מוזיקאַלישע טראַדיציע בלײַבט אָבער ווייניק באַקאַנט. עס קאָן זײַן, אַז דער ערשטער אַלבאָם פֿון „די ליביער‟, געמאַכט במשך פֿון צוויי יאָר מי, איז דערשינען אין 2013. דאָס איז די איינציקע מאָדערנע רעקאָרדירונג פֿון דער ליבישער פּיוטים־טראַדיציע.
אין אַ טעלעפֿאָן־שמועס מיטן Forward, האָט יניבֿ רבה דערקלערט, אַז די מוזיק פֿון זײַן אַנסאַמבל קלינגט ענלעכער צו די ספֿרדישע מעלאָדיעס, ווי צו די אַשכּנזישע. די מוזיקאַנטן שפּילן סײַ אויף דער אַקוסטישער און באַס־גיטאַרע, סײַ אויפֿן אוד, קאַנון און אַנדערע טראַדיציאָנעלע מיטל־מיזרחדיקע אינסטרומענטן.
אין זײַן יוגנט, האָט רבה כּסדר געהערט און געזונגען די טראַדיציאָנעלע ליבישע פּיוטים אויף די חתונות און אַנדערע משפּחה־שׂימחות, אָדער בײַם שבתדיקן און יום־טובֿדיקן טיש. דער צענטער „אור שלום‟, וואָס שטרעבט אָפּצוהיטן די ייִדישע ירושה פֿון ליביע, האָט געהאָלפֿן דעם אַנסאַמבל צו געפֿינען אַלטע רעקאָרדירונגען. די אַנדערע מעלאָדיעס האָט דער גרינדער פֿון דער גרופּע אויסגעלערנט בײַ זײַן טאַטן, דוד רבה, אַ גוט־באַקאַנטער חזן פֿון נתניה, וועלכער איז זייער טיף באַקאַנט מיט דער חזנות־טראַדיציע פֿון ליביע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.