פֿינף קונסט־ווערק, וואָס די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן האָבן געבראַכט פֿון דײַטשלאַנד בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען אומגעקערט געוואָרן צוריק קיין דײַטשלאַנד.
בעת אַ ספּעציעלער צערעמאָניע, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דינסטיק, דעם 5טן מײַ, אינעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט אין וואַשינגטאָן, האָבן צוויי משפּחות פֿון די סאָלדאַטן איבערגעגעבן די קונסט־ווערק דעם דײַטשישן אַמבאַסאַדאָר.
די משפּחות האָבן דערציילט, אַז נאָך דזשאָרדזש קלוניס פֿילם „The Monuments Men‟ („אוצרות־זוכער‟), וועלכער איז אַרויס אינעם יאָר 2014, האָבן זיי באַשלאָסן אומצוקערן די בילדער. במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט אַ ספּעציעלע גרופּע מיליטער־לײַט פֿון די אַליִיִרטע כּוחות באַקומען צענדליקער טויזנט טײַערע צוגעגנבֿעטע קונסט־ווערק, און זיי אומגעקערט צו די בעלי־בתּים און יורשים. אַ ספּעציעלע פֿונדאַציע מיטן צענטער אין דאַלאַס, שטאַט טעקסאַס, איז ממשיך די טעטיקייט פֿון דער דאָזיקער גרופּע, וואָס קלוניס פֿילם טראָגט איר נאָמען, און פּרוּווט צו ראַטעווען די קונסט־ווערק פֿון סכּנותדיקע קאָנפֿליקט־זאָנעס אַרום דער וועלט.
דרײַ בילדער, וואָס זענען בעת דער מלחמה אָפּגעהיט געוואָרן דורכן קונסט־מוזיי פֿון דער דײַטשישער שטאָט דעסוי אין אַן אָרטיקער זאַלץ־שאַכטע, זענען אָפּגעשיקט געוואָרן קיין אַמעריקע דורך דער פּאָסט. ווי מע האָט איבערגעגעבן, האָט אַ מאַיאָר פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי געוווּנען די קונסט־ווערק בעת אַ פּאָקער־שפּיל. זײַן שטיף־זון האָט זיך פֿאַרבונדן מיט דער דערמאָנטער פֿונדאַציע, כּדי אומצוקערן די בילדער אונעם דײַטשישן מוזיי. ראָבערט עדסעל, דער ראָש פֿון דער פֿונדאַציע, האָט באַמערקט, אַז דאָס זענען די איינציקע צווישן די 200 צוגעגנבֿעטע בילדער, וואָס זענען געלעגן אין דער שאַכטע, וועלכע זענען אומגעקערט געוואָרן נאָך דער מלחמה.
די קרובֿים פֿון אַ געוויסער פֿרוי, אַן אײַנוווינערין פֿון מאָנטאַנע, וועלכע האָט געקויפֿט צוויי בילדער פֿאַר אַ קליינעם פּרײַז, וועלן זיי אומקערן צו דער אַלטער דײַטשישער קיניגלעכער דינאַסטיע העסע. די קונסט־ווערק זענען צוגעגנבֿעט געוואָרן בעת דער מלחמה פֿונעם קראָנבערגער שלאָס, וואָס געפֿינט זיך לעבן פֿראַנקפֿורט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.