דער ייִדישער „טאָג פֿון נצחון‟

Victory Day Included in Jewish Calendar

הרבֿ פּינחס גאָלדשמידט; דער ייִדישער בית־עולם אין פּעטערבורג
הרבֿ פּינחס גאָלדשמידט; דער ייִדישער בית־עולם אין פּעטערבורג

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 10, 2015, issue of May 29, 2015.

הרבֿ פּינחס גאָלדשמידט, דער שווייצאַריש־געבוירענער מאָסקווער הויפּט־רבֿ, וועלכער פֿירט אויך אָן מיט דער „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟, אַ רבנישע דאַך-אָרגאַניזאַציע בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, האָט באַגריסט די ייִדישע קהילה אין מאָסקווע מיטן קומענדיקן נײַעם ייִדישן אָנדענק־טאָג — „יום שחרור והצלה‟, וועלכן מע וועט צום ערשטן מאָל פּראַווען דעם 26סטן טאָג פֿונעם ייִדישן חודש אייר. הײַיאָר פֿאַלט די דאָזיקע דאַטע אויס אויפֿן 15טן מײַ.

אַרום דער וועלט זענען פֿאַראַן חילוקי־דעות, ווען מע זאָל אָפּמערקן דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד, דעם 8טן צי דעם 9טן מײַ. דעם 8טן מײַ 1945, האָט די סאָוועטישע רעגירונג אײַנגעאָרדנט, אַז אויפֿן צווייטן טאָג דאַרף מען אָפּמערקן דעם אָפֿיציעלן „טאָג פֿון נצחון‟. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען אומגעקומען פֿון 8.7 ביז 13.8 מיליאָן סאָוועטישע סאָלדאַטן, ביז 9 מיליאָן ציווילע בירגער זענען דערהרגעט געוואָרן דורך די נאַציס און נאָך אַרום 6 מיליאָן צוליב דעם הונגער, מגיפֿות און אַנדערע צרות, פֿאַרבונדן מיט דער מלחמה — בסך־הכּל, בערך 24—26 מיליאָן מענטשן.

יעדער זעקסטער אָדער זיבעטער תּושבֿ פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז אומגעקומען, דערפֿאַר פּראַוועט מען דעם 9טן מײַ אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד ווי אַ ריזיקן נאַציאָנאַלן יום־טובֿ. מיט עטלעכע יאָר צוריק, צוליב דער השפּעה פֿון די רוסיש־רעדנדיקע עולים, האָט מען אין ישׂראל אויך אײַנגעפֿירט דעם 9טן מײַ ווי אַן אָפֿיציעלן אָנדענק־טאָג. זונטיק, דעם 10טן מײַ, קומט אין ירושלים פֿאָר אַ גרויסער פּאַראַד.

אינעם יאָר 1945 איז דער 9טער מײַ אויסגעפֿאַלן דעם 26סטן אייר, אויפֿן ייִדישן לוח. נאָך אַ בקשה פֿון מלחמה־וועטעראַנען און אַקטיוויסטן — דער עיקר, רוסיש־שפּראַכיקע — האָט מען פֿון הײַנט אָן באַשלאָסן צו פּראַווען די דאָזיקע דאַטע ווי אַ ייִדישן וואַריאַנט פֿונעם „נצחון־טאָג‟. גאָלדשמידט האָט דערקלערט, אַז דעם דאָזיקן טאָג דאַרפֿן די ייִדן אַרויסווײַזן זייער דאַנקבאַרקייט צו דער רויטער אַרמיי, ווי אויך צו די אַנדערע שותּפֿים אינעם קאַמף קעגן די נאַציס, צו דערציילן די קינדער וועגן פֿאַשיזם און וועגן דעם גרויסן היסטאָרישן נצחון איבער פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד. דער רבֿ האָט צוגעגעבן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיטן „יום־השואה‟, דאַרף מען דעם דאָזיקן טאָג זיך דערמאָנען נישט בלויז דאָס אַש פֿון די פֿאַרטיליקטע חורבן־קרבנות, נאָר די גרויסע ראָלע פֿון מער ווי אַ האַלב מיליאָן ייִדן, וועלכע האָבן העלדיש געדינט בעת דער מלחמה אין דער סאָוועטישער אַרמיי; איבער 200 טויזנט פֿון זיי זענען אומגעקומען אויפֿן שלאַכט־פֿעלד. בסך־הכּל, האָבן אַ מיליאָן ייִדישע סאָלדאַטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער געקעמפֿט אין דער קאָאַליציע קעגן היטלער.

אין פּעטערבורג, באַקאַנט אין די סאָוועטישע צײַטן ווי לענינגראַד, ווערט די צווייטע וועלט־מלחמה אַסאָציִיִרט מיט אַ באַזונדערער טראַגעדיע — די נאַצי־בלאָדאַקע פֿון דער שטאָט, וועלכע איז אָנגעגאַנגען כּמעט 900 טעג. אַחוץ די 332 טויזנט דערהרגעטע און 111 טויזנט פֿאַרשוווּנדענע סאָלדאַטן, זענען מער ווי 632 טויזנט מענטשן געשטאָרבן פֿון הונגער. אַ סך פֿאַרשפּאַרטע תּושבֿים פֿון דער שטאָט זענען אויך געפֿאַלן בעת דער לענינגראַדער בלאָקאַדע ווי קרבנות פֿון די שווערע באָמבאַרדירונגען.

דעם 8טן מײַ, האָט די פּעטערבורגער ייִדישע קהילה פֿאַרעפֿנטלעכט דעם צווייטן טייל פֿון איבער אַ טויזנט נעמען פֿון די ייִדן, וואָס זענען בעת דער בלאָדאַדע באַערדיקט געוואָרן אין אַ מאַסן־קבֿר אויפֿן אָרטיקן ייִדישן בית־עולם. די רשימה איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון די רעגירונג־אַרכיוון, וואָס ליגן אינעם רוסלענדישן שוץ־מיניסטעריום. דער ערשטער טייל פֿון 344 אומגעקומענע ציווילע בירגער איז דערשינען אין יאַנואַר. אַחוץ די מיליטער־לײַט, געפֿינען זיך אין דער ליסטע פֿאַרשיידענע ציווילע באַאַמטע פֿונעם שוץ־מיניסטעריום — למשל, די דאַך־וועכטער, וועלכע האָבן געפֿירט דעם אויפֿזיכט איבער די דײַטשישע לופֿט־אַטאַקן, כּדי צו וואָרענען די תּושבֿים פֿון דער שטאָט צו אַנטלויפֿן אין אַ מקום־מיקלט.