לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ די וואָך, זאָגן די ישׂראלדיקע מיליטערישע אָפֿיצירן, אַז „כעזבאָלאַ‟ האָט לעצטנס איבערגערוקט ס׳רובֿ פֿון איר מיליטערישער אינפֿראַסטרוקטור אין די שיִיִטישע דערפֿער פֿון דרום־לבֿנון, שאַפֿנדיק באַדינגונגען, אין וועלכע די ציווילע לײַט וואָלטן, אין פֿאַל פֿון אַ קאָנפֿליקט צווישן „כעזבאָלאַ‟ און ישׂראל, במילא אויסגעניצט געוואָרן ווי לעבעדיקע פּאַנצערס.
„די ציווילע אײַנוווינער געפֿינען זיך אין מיטן פֿון אַ מיליטערישן קאָמפּלעקס,‟ האָט אַ הויך־ראַנגיקער ישׂראלדיקער מיליטערישער באַאַמטער געזאָגט דער „טײַמס‟. „ווי עס זעט איצט אויס, אויב ס׳וועט אויסברעכן אַ קאָנפֿליקט מיט ׳כעזבאָלאַ׳, וועט ישׂראל מוזן אַטאַקירן דעם שׂונא מיט אַלע כּוחות, ווײַל מיר קאָנען נישט זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט, ווען מע באַשיסט אונדז מיט ראַקעטן.‟ ווי אַ פּועל־יוצא וועלן אַ סך לבֿנון־ציווילע לײַט דערהרגעט ווערן, „אָבער שולדיק אין דעם וועט זײַן ׳כעזבאָלאַ׳, נישט ישׂראל,‟ האָט דער באַאַמטער געזאָגט.
דורך מאַפּעס און לופֿט־פֿאָטאָגראַפֿיעס, האָבן די ישׂראלדיקע מיליטער־באַאַמטע געוויזן, אַז אינעם לבֿנון־דאָרף מוכאַיִביב, נאָענט צו דער ישׂראל־גרענעץ, געפֿינען זיך 9 וואָפֿן־לאַגערן; 5 אָפּשיס־באַזעס; סימנים פֿון דרײַ טונעלן; דרײַ אַנטי־טאַנק פּאָזיציעס, און אין מיטן דאָרף — אַ „כעזבאָלאַ‟ באַפֿעל־צענטער.
דאָס ישׂראל־מיליטער זאָגט, אַז „כעזבאָלאַ‟, וואָס איר געווער ווערט פֿינאַנצירט דורך איראַן און סיריע, האָט איצט צען מאָל מער וואָפֿנס ווי אין דער לעצטער מלחמה מיט ישׂראל אין 2006, און כאָטש ס׳רובֿ פֿון זיי זענען קורץ־גרייכיקע „קאַטיושאַ‟־ראַקעטן, נעמט עס אויך אַרײַן טויזנטער ראַקעטן, וואָס קאָנען דערגרייכן תּל־אָבֿיבֿ, און הונדערטער, וואָס קענען געשיקט ווערן איבער גאַנץ ישׂראל.
די ישׂראלדיקע מיליטער־באַאַמטע האָבן דערקלערט, אַז זיי פּובליצירן איצט דעם „כעזבאָלאַ‟־אויפֿבוי, כּדי די וועלט זאָל וויסן וועגן דעם איידער עס ברעכט אויס נאָך אַ קאָנפֿליקט, און אויך, כּדי צו פֿאַרקלענערן די מעגלעכקייט פֿון אַזאַ קאָנפֿליקט, דורך ווײַזן „כעזבאָלאַ‟, אַז ישׂראל איז גוט־אינפֿאָרמירט און גוט־צוגעגרייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.