דעם קומענדיקן חודש, וועט די „ישיבֿת־מהר״תּ‟ אַרויסלאָזן נאָך זעקס פֿרויען; דאָס מיינט, אַז די צאָל פֿרויען, וואָס וועלן באַקומען כּמו־רבנישע דיפּלאָמען, אַ דאַנק דער דאָזיקער ניו־יאָרקער אינסטיטוציע, וועט ווערן צוויי מאָל גרעסער. במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר, האָבן די תּלמידות פֿון דער ישיבֿה באַקומען חשובֿע פּאָזיציעס אין די אָרטאָדאָקסישע קהילות, דינענדיק ווי שיל־באַאַמטע, בעל־דרשנטעס, צוגרייטנדיק קינדער צו בר־מיצוות און בת־מיצוות, און געבנדיק קאָנסולטאַציעס וועגן רעליגיעזע ענינים. אַ סך פֿון זיי האָבן באַקומען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע שטעלע אין געוויסע שילן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו הרבֿ אַבֿי ווײַס, וועלכער האָט געגרינדעט די „ישיבֿת־מהר״תּ‟ אינעם יאָר 2009, ווי אַן אָרטאָדאָקסישער רבנישער בילדונג־אַנשטאַלט פֿאַר פֿרויען.
הגם אין דער סבֿיבֿה אַרום דער דאָזיקער ישיבֿה און אַ צאָל שײַכותדיקע אינסטיטוציעס האָבן די תּלמידות פֿאַרנומען פֿירנדיקע ראָלעס, איז שווער פֿאַר אַ פֿרוי צו ווערן אַ ראַבינערטע אין דער אָרטאָדאָקסישער וועלט, וואָס נעמט זיי, בדרך־כּלל, נישט אָן. שׂרה הורוויץ, וועלכע פֿירט אָן מיט דער „ישיבֿת־מהר״תּ‟ און האָט באַקומען סמיכה ווי אַ „רבה‟ פֿון הרבֿ אַבֿי ווײַס אינעם יאָר 2009, האָט דערקלערט, אַז אין דער פֿרומער וועלט קומט פֿאָר אַ פּאַמעלעכע עוואָלוציע. צו ביסלעך, געוווינען זיך צו אַלץ מער קהילות צו פֿירנדיקע ראָלעס פֿון פֿרויען.
אינעם יאָר 2013 האָט די ישיבֿה אַרויסגעלאָזט דרײַ דיפּלאָמירטע תּלמידות און נאָך צוויי — מיט אַ יאָר שפּעטער. פֿיר פֿון זיי דינען בעצם ווי געהילף־רבנים אין פֿאַרשיידענע שילן. די פֿינפֿטע אַרבעט ווי אַ לערערין אין מאָנטרעאָל. אַנשטאָט דעם קאָנטראָווערסאַלן באַגריף „רבה‟, אַ ווײַבלעכע פֿאָרעם פֿונעם וואָרט „רבֿ‟, האָט די ישיבֿה באַשלאָסן אָנצונעמען אַן אַנדער טיטל — מהר״תּ, וואָס איז דער טײַטש „מנהיגה הלכתּית רוחנית תּורנית‟ („אַ רוחניותדיקע הלכה־ און תורה־מנהיגה‟).
רורי פּיקער־נײַס, איינע פֿון די „מהר״תּקעס‟, וואָס אַרבעט אין דער סענט־לויִסער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שיל „בית־אַבֿרהם‟, האָט דערציילט, אַז זי פֿירט כּסדר לימודים, טרעט אויף מיט דרשות, גיט עצות און קאָאָרדינירט אַ טייל פֿון די שיל־פּראָגראַמען. אין דער צוקונפֿט פּלאַנירט זי אויך אָנהייבן זיך צו פֿאַרנעמען מיט קבֿורה און צו דינען ווי אַ מסדר־קידושין. זי איז אָבער די איינציקע צווישן די דיפּלאָמירטע, וואָס טראָגט אָפֿיציעל דעם טיטל „רבֿ־אַסיסטענט‟. די אַנדערע פֿרויען טראָגן מער באַשיידענע שטעלע־נעמען, ווײַל אין אַ סך אָרטאָדאָקסישע קהילות וויל מען בשום־אופֿן נישט אָנערקענען אַ פּאָזיציע פֿון אַ פֿרוי, וואָס האָט עפּעס אַ שײַכות צו רבנות. אַליסאַ טאָמאַס־ניובאָרן, וועלכע האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרנומען אַ נײַע פֿירנדיקע פּאָזיציע אין דער לאָס־אַנדזשעלעסער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שיל „בני־דוד‟, ווערט גערופֿן „מורתנו‟ („אונדזער לערערין‟), ווײַל דער עולם איז נישט צופֿרידן אַפֿילו מיט די מער נייטראַלע ראָשי־תּיבֿות „מהר״תּ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.