דעם 14טן מײַ האָט רות שוסטער פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער צײַטונג „האָרץ‟ אַ קריטישן אַרטיקל וועגן משה כּחלון — דעם קומענדיקן ישׂראלדיקן פֿינאַנץ־מיניסטער. בנימין נתניהו האָט אים אָנגעשטעלט אויף אַזאַ פּאָזיציע, ווײַל ער האָט נישט געהאַט קיין ברירה: אַ סך ישׂראלים גלייבן, אַז דער נײַעם מיניסטער וועט זיך אײַנגעבן צו לייזן על־פּי־נס די עקאָנאָמישע צרות אינעם לאַנד. אַ מערקווירדיקער טייל ישׂראלים האָבן אַפֿילו געהאָפֿט, אַז דער באַשיידענער 54־יאָריקער פּאָליטיקער פֿון אַן אָרעמער משפּחה וועט ווערן דער נײַער פּרעמיער. כּחלון אַליין האָט אָבער קיינמאָל נישט פּרעטענדירט צו פֿאַרנעמען אַזאַ פּאָסטן.
ווי שוסטער באַמערקט אין איר אַרטיקל, איז די פּאָזיציע פֿונעם פֿינאַנץ־מיניסטער ווײַט נישט די פּאָפּולערסטע. מע קאָן זי אַפֿילו אָנרופֿן „אַ פּאָליטישער זעלבסטמאָרד‟. אַ פּאָליטיקער, וואָס נעמט אָן אַזאַ ראָלע, מוז אויפֿטרעטן מיט סתּירותדיקע צוזאָגן. דער אָרעמער קלאַס וויל פֿון אים איין זאַך, די פֿאַרמעגלעכע שיכטן — עפּעס אַנדערש, און צום סוף האָט אים קיינער נישט ליב און יעדער האָט טענות.
אין פֿאַרגלײַך מיטן געוועזענעם פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לפּיד, וועלכער האָט געוווּנען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ שלים־מזל, האָט כּחלון שוין אַרויסגעוויזן אַ גרויסע פֿעיִקייט אינעם פֿינאַנציעלן געביט און דערצו איז ער אַ געבילדעטער מענטש מיט אַקאַדעמישע דיפּלאָמען. דער עולם האָט אים אויך ליב, ווײַל ער איז נישט אַלט, זעט אויס סימפּאַטיש און קען גוט רעדן. צום מערסטן, איז ער געפֿעלן געוואָרן, ווען ער האָט זיך געגעבן אַן עצה, צוליב וועלכער די ישׂראלדיקע באַנוצער פֿון צעל־טעלעפֿאָנען האָבן אָפּגעשפּאָרט בערך 1.5 מיליאַרד שקל, לויטן חשבון פֿון געשעפֿט־אויסגאַבעס. פֿאַר אַ קליין לאַנד איז עס גאָר אַ גרויסע סומע. אין די הײַנטיקע צײַטן, ווען יעדער שרײַבט זיך איבער אַ גאַנצן טאָג דורך אַ צעל־טעלעפֿאָן, נעמט מען אָן אַזאַ דערגרייכונג ווי אַ נצחון פֿון אַ כּמעט משיחישן מאַסשטאַב.
פֿריִער איז כּחלון געווען אַ מיטגליד פֿון „ליכּוד‟, נתניהוס אייגענע פּאַרטיי. שפּעטער, האָט ער אָבער געגרינדעט אַן אייגענע פּאַרטיי, „כּולנו‟, וואָס האָפֿט אָפּצוהאַלטן נײַע פֿינאַנציעלע נצחונות אין אַנדערע געביטן, אַחוץ די טעלעפֿאָנען. אַזוי ווי „ליכּוד‟, בלײַבט ער אָבער אַ רעכטער. צוליב דער קאָמבינאַציע פֿון פּאָליטישע דעות, וואָס ווײַכן נישט ווײַט אָפּ פֿון די פֿירנדיקע רעגירונג־כּוחות, און די עקאָנאָמישע צוזאָגן, האָט „כּולנו‟ פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער כּנסת.
די מחברטע פֿונעם אַרטיקל אין „האָרץ‟ צווייפֿלט אָבער, צי כּחלונען וועט זיך טאַקע אײַנגעבן צו פֿאַרווירקלעכן די גרויסע האָפֿענונגען פֿון די וויילער. כאָטש די ביליקע טעלעפֿאָנען זענען נוצלעכע מכשירים, לײַדט די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע פֿון שווערע און קאָמפּליצירטע צרות, וואָס מע קאָן נישט לייזן מיט איין מאַך. דערצו, אויב אַפֿילו דעם נײַעם פֿינאַנץ־מיניסטער וועט זיך אײַנגעבן ממשותדיק צו פֿאַרבעסערן דעם אַלגעמיינעם מצבֿ, מיינט עס נישט, אַז זײַנע רעפֿאָרמען וועלן איבערלאָזן אַ לאַנגצײַטיקן עפֿעקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.