אין שײַכות מיטן פּלאַן צו שליסן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, איבערגעגעבן, אַז ער פּלאַנירט צו פֿאַרפֿעסטיקן די מיליטערישע שטיצע מצד זײַן לאַנד אין די אַראַבישע לענדער פֿונעם פּערסישן אײַנגוס.
דאָנערשטיק, דעם 14טן מײַ, נאָך אַ צוזאַמעטרעף מיט די מיטגלידער פֿונעם „ראַט פֿאַר קאָאָפּעראַציע אינעם אײַנגוס־ראַיאָן‟ אין „קעמפּ דייוויד, אינעם שטאַט מערילענד, האָט אָבאַמאַ געמאָלדן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען גרייט צו אַרבעטן בשותּפֿות מיט די לענדער פֿונעם פּערסישן אײַנגוס, כּדי צו העלפֿן זיי זיך צו באַשיצן פֿון מעגלעכע אויסערלעכע סכּנות און צו מאַכן זיכער, אַז דער טעריטאָריעלער מצבֿ פֿונעם ראַיאָן בלײַבן אָפּגעהיט אין די אינטערנאַציאָנאַל־באַשטימטע ראַמען. אין אַ פֿאַל פֿון אַזאַ סכּנה, וועט די אַמעריראַנער רעגירונג העלפֿן צו קאָאָפּערירן מיט די שותּפֿים אינעם ראַיאָן, אַרײַנגערעכנט די מעגלעכקייט אויסצונוצן דעם מיליטערישן כּוח.
די אַראַבישע לענדער פֿונעם פּערסישן אײַנגוס קאָאָפּערירן שוין אַקטיוו מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין זיכערהייט־ענינים. אַזוי ווי ישׂראל, זענען זיי פֿאַרזאָרגט וועגן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך צווישן איראַן און די וויכטיקסטע וועלט־כּוחות, ווײַל זיי האָבן מורא, אַז דער הסכּם וועט געבן איראַן אַ געלעגנהייט צו פֿאַרשפּרייטן זײַן השפּעה אין תּימן, לבֿנון, סיריע און איראַק.
בעת דעם צוזאַמענטרעף האָט אָבאַמאַ אָפּגעשמועסט מיט די פֿירער פֿון די אײַנגוס־לענדער וועגן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן. מע האָט באַשלאָסן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועלן פֿאַרגרעסערן דעם האַנדל מיט געווער, וואָס וועט דערמעגלעכן גיך נאָכצופֿאָלגן דעם ציל, ווי אויך מיט שוץ־מיטלען קעגן טעראָריזם, ים־אַטאַקן, אינטערנעץ־שפּיאָנאַזש און באַליסטישע ראַקעטן.
בעת דעם זעלבן צוזאַמענטרעף און דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, האָט אָבאַמאַ צוגעגעבן, אַז צוליב דעם אויפֿקום פֿון דער נײַער רעכטער קאָאַליציע אין ישׂראל, בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, ווערט דער פּלאַן צו לייזן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, דורכן שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מלוכה, אָפּגעלייגט אויף אַן אומבאַשטימט ווײַטער צוקונפֿט. אָבאַמאַ האָט אָבער צוגעזאָגט, אַז ער אַליין וועט שטרעבן צו פֿאַרווירקלעכן דעם שלום־פּראָצעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.