מיינונג: אייראָפּע טאָר נישט שטיצן אַנטיסעמיטיזם

Op-Ed: To Stop Anti-Semitism, Europe Must Stop Fomenting It

יולי עלעדשטיין, דער ספּיקער פֿון דער כּנסת, טרעט אויף מיט צוויי יאָר צוריק אויפֿן „גלאָבאַלן פֿאָרום פֿאַרן קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם‟
Miriam Alster/FLASH90
יולי עלעדשטיין, דער ספּיקער פֿון דער כּנסת, טרעט אויף מיט צוויי יאָר צוריק אויפֿן „גלאָבאַלן פֿאָרום פֿאַרן קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם‟

פֿון שאָן סאַקס * (ייִט״אַ)

Published May 19, 2015, issue of June 12, 2015.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ירושלים פֿאָרגעקומען דער „גלאָבאַלער פֿאָרום פֿאַרן קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם‟. פּאָליטיקער, זשורנאַליסטן, דיפּלאָמאַטן, לערער און געזעלשאַפֿטלעכע טוער פֿון פֿאַרשיידענע לענדער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער קאָנפֿערענץ, וואָס ווערט דורכגעפֿירט יעדע צוויי יאָר, כּדי צו באַהאַנדלען די פּראָבלעם פֿון אַנטיסעמיטישע שטימונגען, וועלכע האָבן זיך לעצטנס באַזונדערס פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע.

די אייראָפּעיִשע דיפּלאָמאַטן זענען אויפֿגעטראָטן קעגן קסענאָפֿאָביע און גערופֿן צו סאָלידאַריטעט. קיינער פֿון די באַטייליקטע האָט אָבער נישט דערמאָנט די ראָלע, וואָס געוויסע אייראָפּעיִשע רעגירונגען אַליין האָבן געשפּילט אינעם אויפֿשטײַג פֿון שׂינאה צו די ייִדן. דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט, למשל, דערווײַל אַפֿילו נישט אָנגענומען קיין קלאָרע דעפֿיניציע פֿון אַנטיסעמיטיזם. ווי אַזוי קאָן מען לייזן אַ פּראָבלעם, אויב מע ווייסט נישט גענוי, וואָס זי שטעלט מיט זיך פֿאָר?

למשל, דאָס „דינסט פֿאַר אויסערן־אַקציעס‟ בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האָט אין מאַרץ אַרויסגעגעבן אַ ריי באַריכטן וועגן דעם פּראָגרעס אינעם געביט פֿון מענטשנרעכט אין די מערבֿדיקע לענדער, ווי אויך אין מיזרח־אייראָפּע, צפֿון־אַפֿריקע און מיטל־מיזרח. נישט געקוקט אויף דעם דאָקומענטירטן אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם, האָט מען די דאָזיקע פּראָבלעם בכלל נישט דערמאָנט אין די דאָקומענטן. אַדרבה, אינעם באַריכט וועגן ישׂראל האָט מען דערמאָנט די אַטאַקן אויף די פּאַלעסטינער מצד די ישׂראלדיקע עקסטרעם־רעכטע, אָבער נישט די פּאַלעסטינער אָנפֿאַלן אויף די ייִדן. אינעם באַריכט ווערט יאָ דערמאָנט דער שרעקלעכער מאָרד פֿון מאָכאַמעד אַבו־כדייר, וועלכער איז פֿאַרברענט געוואָרן לעבעדיקערהייט אינעם יאָר 2014, אָבער נישט דער אָנפֿאַל אויף דער ירושלימער שיל, בעת וועלכן פֿיר ייִדישע מתפּללים זענען דערהרגעט געוואָרן.

פֿון דער צווייטער זײַט, זענען געוויסע אַנטי־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס, וואָס באַקומען פֿינאַנציעלע שטיצע פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט און אַנדערע אָפֿיציעלע אָרגאַניזאַציע, פֿאַרמישט אין בפֿירוש אַנטיסעמיטישע אַקציעס. צום בײַשפּיל, צוויי פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס, „באַדיל‟ און „מיפֿטאַ‟, האָבן פֿאַרשפּרייט מאַטעריאַלן, וווּ די ייִדן ווערן באַשולדיקט אינעם בלוט־בילבול. עס באַקומט זיך, אַז דאָס געלט פֿון די אייראָפּעיִשע שטײַערצאָלער ווערט באַנוצט אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע צוועקן, וואָס קומען אין סתּירה מיט די מאָראַלישע ווערטן פֿון דער אייראָפּעיִשער דעמאָקראַטיע. כּדי צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם, מוזן די אייראָפּעיִשע לענדער קודם בעסער קאָנטראָלירן די טעטיקייט פֿון די גרופּעס, וואָס באַקומען געלט פֿון די מלוכישע פֿאָנדן.


שאָן סאַקס איז אַ פֿאָרשער בײַ דער ישׂראלדיקער אָרגאַניזאַציע NGO Monitor אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿירט אַן אויפֿזיכט איבער דער טעטיקייט פֿון נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס אַרום דער וועלט.