אַ דאַנק דער ברייטהאַרציקער שטיצע פֿון אַן אַנאָנימען מנדבֿ, האָט ייִוו״אָ אַנאָנסירט אַ נײַע איניציאַטיוו צו זאַמלען $1,160,000 פֿאַר איר היסטאָרישן פּראָיעקט אויפֿצוהאַלטן, דיגיטאַליזירן און דערבײַ פֿאַראייניקן אויף איין וועבזײַט אַלע בענד פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער ייִוו״אָ־ביבליאָטעק און אַרכיוואַלע קאָלעקציעס, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אין ניו־יאָרק און ווילנע. דער פּראָיעקט וועט אויך דיגיטאַליש אויפֿלעבן די אַמאָליקע חשובֿע „סטראַשון־ביבליאָטעק‟ פֿון ווילנע. לויטן פּלאַן, וועט די וועבזײַט זײַן גרייט אין זיבן יאָר אַרום.
דער רעזולטאַט וועט זײַן די גרעסטע דיגיטאַלישע זאַמלונג פֿון מאַטעריאַלן וועגן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, און פֿון מאַטעריאַלן אויף ייִדיש, אין דער וועלט: בערך 10,000 זעלטענע אָדער אייגנאַרטיקע פּובליקאַציעס און בערך 1.5 מיליאָן דאָקומענטן, וואָס שפּיגלען אָפּ 500 יאָר פֿונעם ייִדישן לעבן אין פּוילן, רוסלאַנד, ליטע און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער.
ווען די אַרבעט וועט פֿאַרענדיקט ווערן, וועט די וועבזײַט דערמעגלעכן סײַ די אַקאַדעמיקער, סײַ דעם ברייטן עולם, צו זוכן אינפֿאָרמאַציע אין דער פֿאַראייניקטער דיגיטאַלישער ביבליאָטעק.
דער אַנאָנימער מנדבֿ האָט צוגעזאָגט, אַז פֿאַר יעדן בײַשטײַער, וואָס וועט אַרײַנקומען לטובֿת דעם פּראָיעקט, וועט ער אַליין צוגעבן צוויי מאָל אַזוי פֿיל, ביז מע וועט דערגרייכן $1,160,000.
דער פּראָיעקט, וואָס האָט ביז איצט געהייסן „דער ייִוו״אָ־ווילנע פּראָיעקט‟, וועט איצט הייסן „די „ייִוו״אָ־ווילנער זאַמלונגען — אַ היסטאָרישע דיגיטאַלישע איניציאַטיוו‟.
„די מעגלעכקייט צו פֿאַראייביקן די אַלע קולטור־אוצרות איז ממש אַ נס,‟ האָט דערקלערט דזשאָנאַטאָן ברענט, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוו״אָ. „בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די ייִדן ריזיקירט מיטן לעבן צו באַהאַלטן טויזנטער ביכער און דאָקומענטן.‟
אין 1941 האָבן די נאַציס זיך אַרײַנגעריסן אינעם ייִוו״אָ־בנין אין ווילנע און צעשטערט אַ סך דאָקומענטן, אָבער אַ טייל פֿון די אַרכיוון האָבן זיי געשיקט קיין פֿראַנקפֿורט, ווי די באַזע פֿון היטלערס פּלאַנירטן „מוזיי פֿונעם אויסגעשאָכטענעם ייִדישן פֿאָלק‟. אין 1946 האָט די אַמעריקאַנער אַרמיי געפֿונען די דאָקומענטן און זיי אומגעקערט אין ייִוו״אָ אין ניו־יאָרק. די איבעריקע חפֿצים, וואָס מע האָט באַהאַלטן אין דער ווילנער געטאָ בעת דער נאַצישער תּקופֿה, האָט אַ ליטווישער ביבליאָטעקער, אַנטאַנאַס אולפּיס, געראַטעוועט פֿון די סאָוועטן. יענע מאַטעריאַלן געפֿינען זיך איצט אין די ליטווישע מלוכישע אַרכיוון און אין דער נאַציאָנאַלער ליטווישער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון מאַרטינאַס מאַזווידאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.