אין דער רוסישער אַקאַדעמיע פֿון פֿאָלקס־ווירטשאַפֿט און מלוכישער דינסט איז זונטיק דעם 17טן מײַ פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכע פֿאַרזאַמלונג מיט אַ שטאַרקן פּאָליטישן טעם. זי איז געווידמעט געווען דעם נצחון־טאָג, וואָס מע שלאָגט פֿאָר אײַנצושליסן אין ייִדישן רעליגיעזן קאַלענדאַר ווי אַ רעליגיעזן יום־טובֿ. אין דער פֿאַרזאַמלונג האָבן אָנטייל גענומען די אַמבאַסאַדאָרין פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד — דורית האָלענדער; די הויפּט־רבנים פֿון מתנגדים — ר’ אַדאָלף שאַיעוויטש, און פֿון חב״ד — ר’ בערל לאַזאַר; ווי אויך פֿאַרטרעטער פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. מע האָט פֿאָרגעלייענט די ווענדונג פֿון דעם פּרעזידענט פּוטין און געוויזן די ווידעאָ־ווענדונג פֿונעם געוועזענעם פּרעזידענט פֿון ישׂראל, שמעון פּערעס.
צווישן די געסט איז געווען דער רבֿ, וואָס זײַן ברכה האָט באַקומען גערמאַן זאַכאַריאַעוו — ר’ ישׂראל מאיר לאַו, דער געוועזענער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ פֿון מדינת־ישׂראל און איצט דער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. פֿאַר אים האָט דער נצחון־טאָג גאָר אַ באַזונדערן באַטײַט, ווײַל בעת דער מלחמה איז ער געווען אַ קאַצעטלער אין בוכנוואַלד. שבת האָט ר’ לאַו פֿאַרבראַכט אין דער מאָסקווער גרויסער כאָר־שיל און געבענטשט די גאַנצע מאָסקווער ייִדישע קהילה און כּל־דכפֿין פּערזענלעך. ר’ לאַוס ביכער זענען פּאָפּולער בײַ דעם מאָסקווער ייִדישן עולם; עטלעכע פֿון זיי, אין רוסישער איבערזעצונג, זענען געוואָרן לערנביכער אין מאָסקווער אולפּן־גיור בײַ דער גרויסער כאָר־שיל.
זונטיק איז פֿאָרגעקומען אַן אויפֿטו לזכר די ייִדן, וואָס זענען באַגראָבן אויפֿן וואָסטריאַקאָווער בית־עלמין. די פֿרײַוויליקע האָבן געקענט אָנטייל נעמען אין אויססדרן דעם ייִדישן טייל בית־עלמין. דער אויפֿטו איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון דער ייִדישער סטודענטישער אָרגאַניזאַציע „הילל‟, דער פֿונדאַציע „דזשוינט‟ און דער אָרגאַניזאַציע פֿון פֿרײַוויליקע „מעגל‟.
דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָבן אַ סך מאָסקווער מוזייען אָנטייל גענומען אין דער אַקציע „די נאַכט פֿון מוזייען‟. דער דאָזיקער אויפֿטו קומט אין מאָסקווע פֿאָר שוין אַ סך יאָר: פֿרײַטיק צו נאַכט זענען די מוזייען געעפֿנט ביז שפּעט בײַ נאַכט, און מע קען זיי באַזוכן פֿרײַ.
די צוויי ייִדישע מוזייען האָבן ניט געקענט אַרבעטן ערבֿ שבת, אָבער זיי זענען געווען אָפֿן שבת צו נאַכט. אין דעם נײַעם ייִדישן מוזיי האָבן די באַזוכער אויך געקענט זען די אויסשטעלונגען „אַלפֿרעד אייזענשטאַדט‟ און „די ייִדישע קינסטלער פֿון דעם רוסישן אַוואַנגאַרד‟. ספּעציעל פֿאַר דער נאַכט פֿון מוזייען האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן צוגעגרייט די פּרעמיערע פֿון אַ פֿאָרשטעלונג „דער הימל איבער וויטעבסק‟, געווידמעט מאַרק שאַגאַלן. דעם ספּעקטאַקל האָט אויפֿגעפֿירט דער רעזשיסאָר יעווגעני בערקאָוויטש, און געשפּילט האָבן די אַקטיאָרן ניקיטאַ יעפֿרעמאָוו און יאַנאַ גלאַדקיך.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט פֿאַרבעטן קיין מאָסקווע מאַרק כּהן, דעם פּראָפֿעסאָר פֿון פּרינסטאָנער אוניווערסיטעט, דעם פֿאָרשער פֿון ייִדישער געשיכטע אין די אַראַבישע לענדער אין מיטל־אַלטער. דעם 19טן מײַ האָט ער אָפּגעהאַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „די רעוואָלוציע פֿון קאַראַוואַנען‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער באַטייליקונג פֿון ייִדישע סוחרים אין דעם האַנדל אין אַזיע און אייראָפּע. ווען דעם גאַנצן מיטל־מיזרח האָבן פֿאַרכאַפּט די אַראַבער, האָט זיך געשאַפֿן אַ גרויסע פֿאַראייניקטע האַנדל־סיסטעם, און אַ גרויסע ראָלע אין איר האָבן געשפּילט די ייִדן. די נײַע פּראַקטיק אָבער האָט סותר געווען די טראַדיציאָנעלע ייִדישע רעכט; און צו לייזן די פּראָבלעם האָט בײַגעטראָגן רמב’’ם. דעם 20טן און דעם 21טן מײַ האָט פּראָפֿ’ מאַרק כּהן דורכגעפֿירט צוויי סעמינאַרן פֿון לייענען און קאָמענטירטן רמב’’מס „משנה תּורה‟.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: אינעם פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ זענען אַרויס צוויי נײַע ביכער. דאָס ערשטע איז אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון דעם נײַעם ראָמאַן פֿון מאיר שלוו, „עס זענען אַרויס פֿון וואַלד צוויי בעריכעס‟. דאָס איז שוין דער אַכטער שלווס ראָמאַן, וואָס איז אַרויס אין דער סעריע. און דאָס צווייטע נײַע בוך איז אַ פֿאָרשונג וועגן איסאַק באַבעל, אָנגעשריבן פֿון דוד ראָזענסאָן, דער געוועזענער דירעקטאָר פֿון דער פֿונדאַציע „אַבֿי־חי‟ אין רוסלאַנד. דאָס בוך באַטראַכט דעם ציקל דערציילונגען „קאָנאַרמיע‟ אין קאָנטעקסט פֿון באַבעלס ביאָגראַפֿיע און אויטאָרעפֿלעקסיע און רעצעפּציע פֿון באַבעלס שאַפֿן בײַם ייִדישן עולם אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין ארץ־ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.