ווען דער וואַטיקאַן האָט, דעם 13טן מײַ, געניצט דעם אויסדרוק „די פּאַלעסטינער מלוכה‟ אין שײַכות מיט אַ הסכּם וועגן די קלויסטערס אין די שטחים אונטערן פּאַלעסטינער קאָנטראָל, האָט עס אַרויסגערופֿן קריטיק מצד אַ צאָל ישׂראלדיקע און ייִדישע פֿיגורן.
עטלעכע הויכע באַאַמטע פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, ווי אויך עטלעכע רעפּובליקאַנער אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, האָבן באַטאָנט, אַז זיי זענען „אַנטוישט‟ אין דעם באַנוץ פֿון אַזאַ פֿראַזע, און מאָרטאָן קלײַן, דער פּרעזידענט פֿון דער „ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע‟, האָט געזאָגט דער „וואַשינגטאָן פּאָסט‟, אַז דאָס ניצן דאָס וואָרט „פּאַלעסטינע‟ איז אַ סימן פֿון „נאָכגעבן די ראַדיקאַלע מוסולמענער‟ און פֿון דער „היסטאָרישער קאַטוילישער שׂינאה פֿאַר די ייִדן‟.
די זאָרג איז געוואָרן נאָך שטאַרקער, ווען דער פּויפּסט פֿראַנציס האָט, בעת אַ זיצונג מיטן פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, מאַכמוד אַבאַס, געניצט דעם אויסדרוק „מלאך פֿון שלום‟, און ס׳איז בכלל נישט געווען קלאָר, צי ער האַלט, אַז אַבאַס איז אַליין אַ „מלאך פֿון שלום‟, אָדער צי דער פּויפּסט האָט אים געמוטיקט צו דערגרייכן אַזאַ סטאַטוס. די וואָך האָט אַ וואָרטזאָגער פֿונעם „וואַטיקאַן‟ דערקלערט, אַז דער פּויפּסט האָט בלויז „געמוטיקט‟ אים זיך צו רוקן אין יענער ריכטונג.
ביז איצט האָט דער וואַטיקאַן גערופֿן זײַן פּאַלעסטינער פּאַרטנער Palestinian Liberation Organization („פּי־על־אָו‟) — אַ טערמין, וואָס ישׂראל האַלט פֿאַר „כּשר‟. דער נײַער טערמין „פּאַלעסטינע‟ איז אָבער נישט קיין חידוש, ווײַל אַ צאָל לענדער אין אייראָפּע האָבן שוין אויך אַנערקענט דעם ציל פֿון די פּאַלעסטינער צו גרינדן זייער אייגענע מדינה. „דער וואַטיקאַן איז בלויז נאָך איין לאַנד, אַחוץ די 130 אַנדערע, וואָס האָבן שוין אָנערקענט פּאַלעסטינע,‟ האָט באַמערקט מאַרשאַל ברעגער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער יוריספּרודענץ־שול אינעם „קאַטוילישן אוניווערסיטעט פֿון אַמעריקע‟. ס׳האָט אַ קנאַפּן באַטײַט און וועט מסתּמא נישט שטערן די באַציִונגען צווישן קאַטאָליקן און ייִדן.‟
דעם וואַטיקאַנס באַניץ פֿונעם טערמין, פּאַלעסטינער מלוכה, איז „דענערווירנדיק, אָבער נישט שאָקירנדיק,‟ האָט אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן, דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟, געזאָגט דער ייִט״אַ. „די באַציִונגען צווישן קאַטוילן און ייִדן, און די דיפּלאָמאַטיע צווישן ישׂראל און דעם וואַטיקאַן זענען אויף באַזונדערע רעלסן.‟
די באַאַמטע פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע זאָגן ווײַטער, אַז דאָס אַנערקענען פּאַלעסטינע, מחוץ דעם קאָנטעקסט פֿון אַ שלום־פּראָצעס איז קאָנטער־פּראָדוקטיוו. אָבער זינט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט ערבֿ די ישׂראלדיקע וואַלן געגעבן אָנצוהערן, אַז ער ציט זיך צוריק פֿון שטיצן צוויי מדינות, האָט די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע געזאָגט, אַז זי וועט נישט אויסשליסן די מעגלעכקייט פֿון „שווײַגן‟, טאָמער וועט דער „יו־ען‟־זיכערהייט ראַט אַרומרעדן אַ רעזאָלוציע פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה.
סימאָר רײַך, אַ געוועזענער פֿאָרזיצער פֿון דער „פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ פֿון די הויפּט אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟, האָט געזאָגט, אַז דער שריט פֿונעם וואַטיקאַן דאַרף דינען ווי אַ „וועק־רוף‟ פֿאַר ישׂראל.
„דעם וואַטיקאַנס באַשטעטיקונג פֿון פּאַלעסטינע וועט נישט שטערן די באַציִונגען צווישן דעם וואַטיקאַן און ישׂראל, אָבער ס׳וועט זיכער מאַכן מער דרוק אויף דער ישׂראלדיקער רעגירונג,‟ האָט רײַך געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.