דער חודש מײַ, וואָס ווערט געווידמעט דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור [Jewish American Heritage Month], דערנענטערט זיך שוין צום סוף, אָבער ביז אַהער האָט מען אָפּגעמערקט כּמעט בלויז די זינגער, אַקטיאָרן און ספּאָרט־שטערן.
זינט פּרעזידענט דזשאָרדזש דאָבליו בוש האָט אין 2006 דערקלערט, אַז יעדעס יאָר וועט מען במשך פֿונעם חודש מײַ אָפֿיציעל אָפּמערקן די קולטור פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, האָבן די אָרגאַניזירער זיך פֿאָקוסירט בלויז אויף די פֿאַרווײַלונג־ און ספּאָרט־פֿיגורן.
דורך דער וועבזײַט פֿון JAHM, קען יעדע שול אָדער ייִדישע אָרגאַניזאַציע באַשטעלן אַ רעדנער, אָבער צווישן די 12 ברירות, רעדן 8 פֿון זיי בלויז וועגן ייִדן אין מוזיק, קינאָ און טעלעוויזיע. אויף דער היימזײַט, זעט מען נײַן פּאָרטרעטן, און זיבן פֿון זיי זענען פֿון דער פֿאַרווײַלונג־אינדוסטריע: באַרבראַ סטרײַסאַנד, דזשאָרדזש גערשווין און אירווינג בערלין.
פֿאַר וואָס איז טאַקע אַזוי? אפֿשר איז עס, ווײַל מע קען גרינגער פֿאַראינטערעסירן מער מענטשן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע, ווען מע ציט זיי אַרײַן דורך פֿאַרווײַלונג־פּערזענלעכקייטן, וואָס זענען זיי שוין באַקאַנט.
גרעג ראָזענבאַום, דער פֿאָרזיצער פֿון JAHM, האָט געזאָגט, אַז די פֿאַרוואַלטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע פּרוּוון תּמיד געפֿינען טעמעס, וואָס קאָנען פֿאַראינטערעסירן אַלע מוזייען און אינסטיטוציעס. „דערפֿאַר קלײַבן מיר אויס פֿיגורן פֿון דער פּאָפּולערער קולטור. די מאַטעריאַלן וועגן זיי זענען גרינג צו באַקומען און די פֿיגורן זענען שוין באַקאַנט. אין דער צוקונפֿט האָפֿן מיר אָבער אויך צו באַטאָנען אַנדערע טעמעס ווי, למשל, די ראָלע וואָס די ייִדן האָבן געשפּילט אינעם אַמעריקאַנער מיליטער במשך פֿון דער געשיכטע.‟
ווען מע פֿאָרשט די JAHM־וועבזײַט אַ ביסל טיפֿער, ווען מע לייענט די מאַטעריאַלן פֿון יעדן באַזונדערן שטאַט, זעט מען שוין יאָ אַ מער פֿאַרשידנאַרטיק בילד, וואָס עס באַטײַט צו זײַן אַ ייִד אין אַמעריקע. מע דערוויסט זיך וועגן אַ וויכטיקן אַקטיוויסט אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי אין אַריזאָנע; דער גרינדער פֿון אַ ייִדישער פּלאַנטאַציע אין פֿלאָרידע; אַ ציוניסטישער „חלוץ‟ אין מערילאַנד; דער גרינדער פֿון „דזשינס‟ אין נעוואַדע, און נאָך און נאָך.
יעדער פּרעזידענט גיט זײַן אייגענעם „דריי‟ פֿון דער טעמע. ווען דזשאָרדזש דאָבליו בוש האָט דערמאָנט דעם „חודש לכּבֿוד דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור־ירושה‟, האָט ער באַטאָנט די רעליגיעזע פֿרײַהייט, וואָס די ייִדן האָבן געפֿונען אין אַמעריקע, און וואָס זיי האַלטן טײַער ביזן הײַנטיקן טאָג.
אין עטלעכע טעג אַרום וועט פּרעזידענט אָבאַמאַ אויך זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם חודש. לאָמיר האָפֿן, אַז ער וועט עס נישט באַגלייטן מיט אַ טאַנץ און אַ זינג…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.