ישׂראל אירענשטיין, אָנגעטאָן אין אַ גרויען קאָסטיום, פּרוּווט צו דערקלערן זײַנע תּלמידות, ווי אַזוי מע פֿאַרקניפּט אַ גוטע „כעמיע‟, ווען מע טרעפֿן זיך אויף אַ ראַנדעוווּ מיט מענער. דער 37־יאָריקער מאַן מיט קורצע האָר פֿאַרנעמט זיך מיט פּראָפֿעסיאָנעלע קאָנסולטאַציעס אינעם דאָזיקן געביט.
די גאַנצע אוידיטאָריע, וואָס באַשטייט בלויז פֿון פֿרויען, הערט זיך צו צו אַ יונג מיידל, וואָס פֿאַרשטייט נישט, פֿאַרוואָס ער האָט מער נישט געוואָלט זיך טרעפֿן מיט איר נאָכן ערשטן מאָל, ווען זיי האָבן געשמועסט און געלאַכט עטלעכע שעה. שפּעטער, האָט ער אָבער איבערגעלאָזט אַ טעקסט־מעלדונג און געזאָגט, אַז ער האָט נישט געפֿילט אַ פֿאַרבינדונג מיט איר. אירענשטיין האָט דערקלערט דער יונגער פֿרוי, אַז אַנשטאָט צו רעדן שעהען־לאַנג וועגן די פּערזענלעכע אינטערעסן און וווּדי אַלענס פֿילמען, האָט זי געדאַרפֿט דערציילן דעם פּאָטענציאַלן חבֿר וועגן איר לעבן און געפֿילן. די תּלמידות האָבן מיט אַ גרויסן אויפֿמערק פֿאַרשריבן די עצות פֿונעם ספּעציאַליסט.
אירענשטיין, אַ געוועזענער גערער חסיד, פֿאַרנעמט זיך שוין 6 יאָר מיט טרעפֿונג־עצות. ניו־יאָרק איז פֿול מיט עלנטע מענער און פֿרויען, וואָס נייטיקן זיך אין אַזעלכע „שדכנים‟. ער פֿירט אָן מיט ספּעציעלע סעמינאַרן און מיט אַן אייגענער וועבזײַט, וואָס הייסט „די ראַנדעוווּ־אַקאַדעמיע‟ (The Date Academy).
ווען דער ראַנדעוווּ־טרענירער איז געווען אַ חסיד, האָט ער געלעבט אין אַן עקסטרעם צניעותדיקער קהילה. זײַן יוגנט האָט ער פֿאַרבראַכט אין כּסדרדיקע נסיעות צווישן ברוקלין און ארץ־ישׂראל. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט ער דערקלערט אין אַ שמועס מיטן Forward, אַז בײַ די גערער חסידים שמועסן מען נישט אַפֿילו מיט אַן אייגענער מומע, שוין אָפּגערעדט פֿון פֿרעמדע פֿרויען.
צוליב אַזאַ דערציִונג, פֿלעגט ער באַטראַכטן פֿרויען ווי אָביעקטן אָדער חיות אין אַ זאָאָפּאַרק. אַפֿילו אָנצונעמען די מטבעות פֿון אַ קאַסירערין אין אַ קראָם פֿון האַנט צו האַנט איז געווען פֿאַרווערט; ווי אַ רעזולטאַט, ווערן וועלכע־ניט־איז קלענסטע קאָנטאַקטן צווישן די געשלעכטן אויטאָמאַניש פֿאַרוואַנדלט אין סעקסועלע איבערלעבעניש. אַפֿילו צו זיצן לעבן אַ צניעותדיק באַקליידטער פֿרוי איז געווען שווער צוליב דער שטאַרקער תּאווה.
בײַ 21 יאָר, האָט אירענשטיין חתונה געהאַט מיט אַ פֿרוי, נאָכן טרעפֿן זיך צוויי מאָל מיט איר, בסך־הכּל במשך פֿון צוויי שעה. דאָס פֿאָרפּאָלק האָט געלעבט זיבן יאָר צוזאַמען, אָבער זיך צום סוף געגט. דער יונגערמאַן האָט פֿאַרלאָזט דעם פֿרומען לעבנס-שטייגער און אָנגעהויבן, זײַענדיק אַ וועלטלעכער מענטש, זוכן „שידוכים‟ פֿאַר זיך אַליין.
צוערשט, איז עס אָנגעגאַנגען זייער שווער. קיין פֿרוי וואָלט מיט אים נישט געוואָלט רעדן אין אַ באַר. צו ביסלעך, נאָך אַ לאַנגער סעריע עקספּערימענטן, האָט ער זיך אויסגעלערנט אַרויסצורופֿן אַן אינטערעס בײַ פֿרויען און שפּעטער געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מומחה אינעם דאָזיקן געביט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.