בײַם אָנהייב פֿונעם פֿילם „אַני האָל‟, דערציילט וווּדי אַלען אַ וויץ וועגן צוויי עלטערע פֿרויען, וואָס רוען זיך אָפּ אויף אַ קוראָרט אין די קעטסקילס. איין פֿרוי טענהט, אַז דאָס עסן אויפֿן קוראָרט איז געפֿערלעך עקלדיק; די צווייטע ענטפֿערט: „יאָ, איך ווייס, און אַזוינע קליינע פּאָרציעס!‟ אַלען גיט צו, אַז אַזוי טראַכט ער וועגן דעם לעבן בכלל: מע בלײַבט עלנט, פֿאַרביטערט, אומגליקלעך און דאָך — גייט עס אַלץ פֿאַרבײַ צו גיך.
אויף דעם-אָ פּאַראַדאָקס איז געבויט שרון מימונס און טל גרניטס פֿילם „מיתה טובֿה‟ („אַ גוטער טויט‟; אויף ענגליש — The Farewell Party). דער פֿילם האָט שוין באַקומען פֿיר פּריזן פֿון דער ישׂראלדיקער קינאָ־אַקאַדעמיע און נאָך 10 פּריז-נאָמינאַציעס. ס׳איז אַ קאָמעדיע, פֿול מיט שוואַרצן הומאָר, וועגן אַ גרופּע עלטערע לײַט, וועלכע העלפֿן זייער מסוכּן־קראַנקן פֿרײַנד אַוועקצוגיין אויף יענער וועלט אָן קיין לייד. יעדער פֿון די פּערסאָנאַזשן דערציילט זײַן אייגענע לעבנס־געשיכטע און טראַכט, צי ס׳איז כּדאַי זיך צו מוטשען וואָס לענגער אין עולם־הזה, אויב מע קאָן זיך איבערגעבן צו אַן אייטאַנאַזיע — לאָזן זיך געטייט ווערן פֿרײַוויליק אויף אַ גרינגן אופֿן.
זאבֿ רווח, וועלכער האָט אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון יחזקאל — אַ סענסיטיווער עלטערער מאַן און אַ גרויסער בעל־חסד, וועלכער טוט צומאָל טובֿות אַנדערע מענטשן, וואָס לייגן זיך נישט תּמיד אויפֿן שׂכל — האָט באַקומען אַ פּריז ווי דער בעסטער אַקטיאָר. כּדי איבערצוצײַגן אַ שכנה, וואָס לײַדט פֿון ראַק און וויל מער נישט לעבן, קלינגט ער איר אָן און מיט דער הילף פֿון אַ ספּעציעלן אוידיאָ־מכשיר פֿאַרשטעלט ער זיך פֿאַר אַ בת־קול, וואָס קומט אַראָפּ פֿון הימל און דערקלערט, אַז די קראַנקע פֿרוי מוז וואַרטן, ביז אין עולם־הבא וועט מען פֿאַר איר צוגרייטן אַ ליידיק אָרט.
דער קונץ ווערט אָבער אַנטפּלעקט. ווען די שכנה קלינגט צוריק, כּדי צו כאַפּן אַן אַנדער שמועס מיטן „אייבערשטן‟, הייבט אויף דאָס טרײַבל יחזקאלס ווײַב, לבֿנה, און ענטפֿערט דער מסוכּן־קראַנקער, אַז „גאָט‟ איז נישט צוטריטלעך אין דעם מאָמענט, ווײַל ער איז אַרויס אין בית־כּסא.
שפּעטער אָבער, מוזן יחזקאל און לבֿנה העלפֿן אַן אַנדער טויטלעך קראַנקן. זייער חבֿרטע, יאַנאַ, דערקלערט, אַז איר מאַן, מאַקס, וויל שטאַרבן, ווײַל ער האָט זיך שוין צופֿיל אָנגעמוטשעט אויף דער וועלט. יחזקאל איז מסכּים צו העלפֿן; לבֿנה טענהט אָבער, אַז מע טאָרן נישט דערהרגענען אַ מענטש, אויב אַפֿילו ער אַליין וויל מער נישט לעבן. רפֿי סגל, אַ פּענסיאָנירטער פּאָליציאַנט, צוזאַמען מיט אַ דאָקטער און אַ וועטערינאַר, העלפֿן צו פֿאַרווירקלעכן דעם אייטאַנאַזיע־פּלאַן און שאַפֿן אַ ספּעציעלע אימפּראָוויזירטע טויט־מאַשין.
מימון און גרניט האָבן באַשלאָסן צו באַהאַנדלען אויף אַ הומאָריסטישן אופֿן אַ שווערע און פֿינצטערע טעמע, וואָס האָט שוין אינספּירירט אַ צאָל אַנדערע פֿילמען, וואָס נוצן דעם זעלבסטמאָרד ווי אַ קוואַל פֿונעם שוואַרצן הומאָר. אינעם נײַעם ישׂראלדיקן פֿילם ווערט דער דאָזיקער זשאַנער טאַקע אויסגעשפּילט אין פּאַסיקע טשיקאַווע מאָמענטן. למשל, ווען יחזקאל זאָגט יאַנאַ, אַז ער דאַרף נאָך אַ וואָך, כּדי צוצוגרייטן די טויט־מאַשין, ענטפֿערט די פֿרוי פֿונעם קראַנקן, אַז מע מוז זיך אײַלן, ווײַל איר מאַן קאָן, נעבעך, שטאַרבן אין יעדן מאָמענט.
דאָס מאַכן חוזק פֿונעם טויט האָט אַ געוויסן ייִדישן טעם. לעצטנס, זענען אין ישׂראל אַרויס אַ ריי שוואַרץ־הומאָריסטישע קאָמעדיעס. „מיתה טובֿה‟ איז אָבער נישט אַ ספּעציפֿיש ייִדישער אָדער ישׂראלדיקער פֿילם. אַזאַ מעשׂה וואָלט געקאָנט געשען אין יעדן מערבֿדיק לאַנד. הגם די פּערסאָנאַזשן פֿירן אַ גרינג און באַקוועם לעבן, זענען זיי אַרומגערינגלט מיט שכנים און חבֿרים, און פֿאַרברענגען כּסדר מיט זייערע קינדער און אייניקלעך, און דאָך — לײַדן זיי פֿונעם הויכן עלטער און קראַנקייטן. אַדרבה, ווען זיי העלפֿן מאַקס מיט זײַן אייגנאַרטיקער בקשה, ווענדן זיך באַלד אַנדערע מענטשן צו די דערפֿינדער פֿון דער מאַשין מיט דער זעלבער בקשה.
אַזוי ווי וווּדי אַלען האָט געזאָגט, קאָן דאָס לעבן זײַן פֿול מיט לייד און אומגליק, אָדער מיט ליבע און מזל. אין ביידע פֿאַלן, פֿאַרגייט עס אָבער צו גיך. כּל־זמן מע לעבט, מעג מען אָבער לאַכן דערפֿון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.