אין סיאַטל האָט אַמאָל געבליט אַ גרויסע ספֿרדישע קהילה, וועלכע האָט געהאַלטן אַ ריי פּראָמינענטע געשעפֿטן און בנינים אין דער שטאָט. צום בעסטן האָט זיך אָבער די ספֿרדישע השפּעה געפֿילט אויפֿן „פּײַק־פּלייס־מאַרק‟ — דער עלטסטער אָפֿענער מאַרק אינעם לאַנד, באַקאַנט ווי דאָס פּאָפּולערסטע טוריסטן־אָרט און דער היסטאָרישער צענטער פֿון דער שטאָט. אַמאָל איז דער „פּײַק־פּלייס־מאַרק‟ געווען פֿול מיט ספֿרדים, וועלכע האָבן געהאַנדלט מיט פֿיש און אַנדערע מינים סחורה. הײַנט בלײַבן דאָרטן בלויז דרײַ ספֿרדישע געשעפֿטן; די בעלי־בתּים שטאָלצירן, אַז זייערע משפּחות האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם שאַפֿן די קהילה.
די ערשטע צוויי ספֿרדישע ייִדן, דזשעק פּאָליקאַר און שלמה קאַלוואָ, זענען אָנגעקומען קיין סיאַטל פֿון טערקײַ אינעם יאָר 1902. סיאַטל איז זיי געפֿעלן געוואָרן, ווײַל די געגנט האָט זיי דערמאָנט אין זייער אַלטער היים, און דערצו איז ניו־יאָרק געווען צו רוישיק. הגם אין דער שטאָט איז דעמאָלט שוין געווען אַ ייִדישע קהילה, האָבן די אָרטיקע אַשכּנזישע ייִדן גערעדט אויף ייִדיש; פֿאַר די ספֿרדים איז עס געווען אַ פֿרעמדע חבֿרה מיט אַ אומפֿאַרשטענדלעכער שפּראַך, דערפֿאַר האָבן זיי זיך באַפֿרײַנדעט מיט די גריכישע אימיגראַנטן, וועלכע האָבן געהאַנדלט אין סיאַטל מיט פֿיש.
קאַלוואָ און פּיליקאַר האָבן זיך אויך פֿאַרנומען מיט פֿיש־הענדלערײַ. אינעם יאָר 1912 האָט קאַלוואָ שוין אָנגעפֿירט מיט אַן אייגן געוועלב אויפֿן מאַרק. די אַנדערע ספֿרדישע ייִדן אין טערקײַ האָבן זיך דערוווּסט וועגן דער הצלחה פֿון זייערע לאַנדסלײַט אין סיאַטל, און זענען אויך געפֿאָרן אַהין. צו ביסלעך, האָט זיך אין דער שטאָט צעוואַקסן אַ גאַנצע ייִדישע געגנט, וווּ מע האָט גערעדט אויף לאַדינאָ, די טראַדיציאָנעלע ספֿרדישע שפּראַך. אַחוץ די טערקישע אימיגראַנטן האָבן זיך אַהין אַרײַנגעצויגן אַ סך ספֿרדים פֿונעם גריכישן אינדזל ראָדעס, ווי אויך נישט ווייניק סירישע ייִדן.
לוסיל ספּרינג, אַ טאָכטער פֿון אַ ספֿרדישן ייִד, וועלכער האָט אַמאָל געהאַלטן אויפֿן מאַרק אַן אייגענעם קיאָסק, האָט געשאַפֿן אַ דאָקומענטאַר וועגן דער אַמאָליקער פּראָמינענטער ראָלע פֿון די ספֿרדים אויפֿן „פּײַק־פּלייס־מאַרק‟. דווקא צוליב דעם דאָזיקן אָרט האָט זיך זיי אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ גרויסע קהילה.
סאָל אַמאָן, דער בעל־הבית פֿון אַ קראָם, וווּ מע פֿאַרקויפֿט פֿיש און אַנדערע פּראָדוקטן, האָט זיך באַקלאָגט, אַז הײַנט צו טאָג, ווען ער בלײַבט איינער פֿון די לעצטע ספֿרדישע געשעפֿטסלײַט אויפֿן מאַרק, איז בײַ די ספֿרדים נישט געבליבן קיין אייגענע געגנט אין דער שטאָט, וווּ זיי זאָלן זיך כּסדר פֿאַרזאַמלען. הגם אין סיאַטל זענען יאָ פֿאַראַן ספֿרדישע שילן, האָבן די מתפּללים פֿאַרלוירן זייער אַמאָליקע „צווייטע היים‟. אין אַלע דרײַ לעצטע געשעפֿטן אויפֿן „פּײַק־פּלייס‟, וווּ די בעלי־הבתּים זענען נאָך אַלץ ספֿרדים, זענען הײַנט נישט געבליבן קיין ממשותדיקע סימנים פֿון דער ספֿרדישער קולטור.
דזשעק לוי, דער אייגנטימער פֿון דער בעקערײַ „דרײַ מיידלעך‟ (Three Girls), האָט באַמערקט, אַז אַלע זײַנע אַרבעטער האָבן זיך אַ ביסל אויסגעלערנט לאַדינאָ. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז לערנען לערנען זיי זיך, דער עיקר, ווי אַזוי צו שעלטן.
בעטי כאַלפֿאָן, די בעל־הביתטע פֿון אַ צוקערלעך־קראָם, שטאַמט פֿון דער דערמאָנטער משפּחה קאַלוואָ, וועלכע האָט זיך באַזעצט אין סיאַטל מיט איבער 100 יאָר צוריק. אַלע דרײַ געשעפֿט־אייגנטימער — לוי, כאַלפֿאָן און אַמאָן — זענען געבוירן געוואָרן אין משפּחות פֿון פֿיש־הענדלער. אַמאָן האָט דערקלערט, אַז דווקא דער גרויסער דערפֿאָלג פֿון מאַרק־הענדלערײַ האָט גורם געווען די פֿאַרשווינדונג פֿון דער אַמאָליקער מאַרק־קהילה. די קינדער פֿון פֿאַרמעגלעכע בעלי־בתּים, אַנשטאָט ממשיך צו זײַן די משפּחה־טראַדיציע, זענען געוואָרן יוריסטן און דאָקטוירים, און די אייניקלעך פֿון די אַמאָליקע ספֿרדישע פֿיש־הענדלער האָבן זיך אויך פֿאַרנומען מיט אַנדערע מינים פּרנסה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.