נאָך דעם ווי די שווערע רעגנס אין היוסטאָן, טעקסאַס, דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָבן גורם געווען גרויסע פֿאַרפֿלייצונגען איבער דער שטאָט, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה זיך באַמיט צו ראַטעווען די מענטשן, וואָס זענען שטעקן געבליבן אין די געליטענע ערטער.
צום ווייניקסטן, 31 מענטשן זענען שוין דערהרגעט געוואָרן אין טעקסאַס, אָקלאַהאָמע און צפֿון־מעקסיקע, צוליב די פֿאַרפֿלייצונגען.
סטיווען פּאַלעץ, 27 יאָר אַלט, וועלכער איז געהאַט אַוועקגעפֿאָרן אויף שבֿועות, האָט בײַם אומקערן זיך אַהיים, דערזען, אַז זײַן הויז איז פֿאַרזונקען מיט וואַסער זעקס פֿיס טיף, און דער טיש אין עסצימער איז ממש אַוועקגעשוווּמען.
„מײַן פֿרוי און איך זענען אַרײַן אין אַ ספּאָרט־געוועלב און געקויפֿט אַ טראַטווע,‟ האָט פּאַלעץ געזאָגט דעם Forward. „ווער עס האָט אַ קאַיאַק, שווימט איצט איבער די פֿאַרפֿלייצטע גאַסן און נעמט צונויף מענטשן.‟
אין הויסטאָן וווינען בערך 50,000 ייִדן, גיט איבער לי וווּנטש, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע אין דער היוסטאָן־געגנט. „די פֿאַרפֿלייצונגען זענען דערגאַנגען זייער ווײַט, און די געגנטן, וואָס האָבן געליטן צום מערסטן זענען דווקא יענע, וווּ עס וווינען אַ סך ייִדן,‟ האָט ער באַמערקט.
וווּנטש האָט צוגעגעבן, אַז צוליב דער פּאַראַליזירטער אינפֿראַסטרוקטור פֿון דער שטאָט, וועט דויערן עטלעכע טעג ביז מע וועט זיך דערוויסן ווי גרויס איז דער שאָדן.
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס היוסטאָן האָט דורכגעמאַכט אַזאַ אומגליק. נאָכן שטורעם „אַליסאָן‟ אין 2001, האָבן אַ סך אײַנוווינער איבערגעבויט זייערע צעשטערטע הײַזער אויף אַ העכערן ניוואָ, לויט די נײַע שטאָט־תּקנות. אַ דאַנק דעם, זענען די נײַע הײַזער דאָס מאָל געוואָרן אַ מקום־מיקלט פֿאַר די מענטשן, וואָס זייערע אייגענע הײַזער זענען פֿאַרפֿלייצט געוואָרן, און זיי זענען געבליבן אָן אַ היים.
„בעת אַ קריזיס, עפֿענען די מיטגלידער פֿון דער קהילה זייערע היימען אויף וואָכן לאַנג פֿאַר די געליטענע,‟ האָט געזאָגט איתן אורקאָוויץ, אַן אייניקל פֿון אַ פּראָמינענטן אָרטיקן רבֿ. „נאָך אַ הוראַגאַן מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט איין משפּחה דאָ יעדן טאָג פֿאַרבעטן 100 מענטשן צו אַ מיטאָג און וועטשערע, במשך פֿון אַ גאַנצן חודש.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.