ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

אַ טרעפֿונג מיט די קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען דעם אַמט פֿון בירגערמײַסטער, אָרגאַניזירט דורך „דאַיאַ”
אַ טרעפֿונג מיט די קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען דעם אַמט פֿון בירגערמײַסטער, אָרגאַניזירט דורך „דאַיאַ”

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published May 28, 2015, issue of June 26, 2015.

תּלמידים „לערנען תּורה‟

דער אַרגענטינער ייִװאָ האָט דינסטיק, דעם 26סטן מײַ, געפֿײַערט שבֿועות. תּלמידים און געסט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט און „געלערנט תּורה‟ ביז שפּעט בײַ נאַכט. מען האָט געלערנט אויף ייִדיש און אויף שפּאַניש, לויט גרופּעס און קענטענישן. די לעקציעס זײַנען געװען װעגן יום־טובֿ פֿון אַ הײַנטצײַטיקער פּערספּעקטיװ, „צאינה־וראַינה‟, „מעשׂה־בוך‟, „יואבֿ‟, ייִדישע ליטעראַטור, און מען האָט געשלאָסן דעם אָװנט מיט לידער און מילכיקע מאכלים.


אַ לעקציע וועגן די ייִדן אין די אַראַבישע לענדער

דינסטיק, דעם 26סטן מײַ האָט די פּראָפֿ׳ שושנה בראַונער געהאַלטן אַ לעקציע װעגן די ייִדן אין די אַראַבישע לענדער זינט די 1940ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. די הויפּט־טעזע איז געװען צי ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט זייערע װוינערטער אָדער דאָס איז געװען אַ גירוש. 850,000 ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט זייערע היימען און פֿאַרמעגנס, און די מערהײט האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל. אָפּהענגיק פֿון די לענדער, האָבן אַ טייל מיגרירט, װײַל זיי האָבן אַזוי געװאָלט, אָבער זייער אַ סך ייִדן זײַנען געצװוּנגען געװאָרן צו פֿאַרלאָזן די ערטער, וווּ זיי האָבן געװוינט במשך הונדערטער יאָרן. די לעקציע איז פֿאָרגעקומען אין דער „נײַער געמיינדע‟ אין דעם ציקל „װאָרצלען פֿון ספֿרד‟, און די לעקטאָרין האָט באַלויכטן איר אויפֿטריט מיט פֿילמען און ליכטבילדער.


אַ טרעפֿונג מיט די קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען דעם אַמט פֿון בירגערמײַסטער

די „דאַיאַ‟ האָט אָרגאַניזירט דאָנערשטיק, דעם 21סטן מײַ, אַ טרעפֿונג מיט די קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען דעם אַמט פֿון בירגערמײַסטער אין די קומענדיקע װאַלן. עס האָבן זיך באַטייליקט די צװיי קאַנדידאַטן, װעלכע האָבן מער מעגלעכקייטן אויסגעװײלט צו װערן, און די איבעריקע האָבן זיך אָפּגעזאָגט איבער פֿאַרשיידענע טעמים.

ביידע קאַנדידאַטן האָבן גערעדט װעגן זייערע פּלענער, די באַציִונגען מיט דעם ייִשובֿ, ישׂראל, דערציִונג, װירטשאַפֿט און טראַנספּאָרט. נאָך זייערע אויפֿטריטן האָט דער עולם, װאָס האָט איבערגעפֿולט דעם זאַל אין איינעם פֿון די גרעסטע האָטעלן פֿון דער שטאָט, געקענט שטעלן שריפֿטלעך פֿראַגעס, װאָס די קאַנדידאַטן האָבן אויף זיי געענטפֿערט. ביידע קאַנדידאַטן, האָראַסיאָ ראָדריגעז לאַרעטאַ, פֿון „פּראָ‟, װאָס רעגירט די שטאָט און איז די אָפּאָזיציע צו דער רעגירונג פֿון קריסטינאַ קירכנער, און מאַרטין לוסטאָ, פֿון „עקאָ‟, װאָס איז געװען איר עקאָנאָמיע־מיניסטער און האָט פֿאַרלאָזט איר רעגירונג, און איר פּאַרטיי, האָבן באַדאַנקט די „דאַיאַ‟ פֿאַר אָרגאַניזירן אַזאַ טרעפֿונג.

דער קאַנדידאַט פֿון דער רעגירונג, מאַריאַנאָ רעקאַלדע, האָט זיך נישט באַטייליקט.


דראָונגען פֿון ISIS

די אַרגענטינער רעגירונג האָט אינפֿאָרמירט, אַז מען האָט װידער באַקומען דראָונגען קעגן דער פּרעזידענטין מצד דער טעראָריסטישער גרופּע ISIS.

אַן ענלעכן בריװ האָט אויך באַקומען די טשילענער פּרעזידענטין באַשעלעט. פֿאַר דער אָפּאָזיציע איז שוין דאָס דריטע מאָל, װאָס אַ טייל פֿון די אַרגענטינער שפּיאָנען, װאָס זײַנען נישט מסכּים מיט דער פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג לגבי שפּיאָנען, האָבן אַליין אָרגאַניזירט אַזעלכע דראָונגען. אַמאָליקע צײַטן פֿלעגן פֿאָרקומען טעלעפֿאָנישע דראָונגען פֿון באָמבעס אויף ייִדישע אינסטיטוציעס.


פֿאָרשטייער פֿון „דאַיאַ‟ טרעטן אויף אין טעמפּל „ד״ר מאַקס נאָרדוי‟

מיטװאָך דעם 20סטן מײַ האָבן דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, כוליאָ שלאָסער און איר קאַסירער, ד״ר מאַריאָ קאָמיסאַרענקאָ, דורכגעפֿירט אַן אַקטיװיטעט אין דעם טעמפּל „ד״ר מאַקס נאָרדוי‟ אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, װוּ זיי האָבן רעפֿערירט װעגן מצבֿ פֿון דער אויספֿאָרשונג פֿון פּראָקוראָר ניסמאַנס טויט, און די השפּעות, װאָס דער פֿאַל האָט גורם געװען אין די באַציִונגען פֿון דער רעגירונג מיט דעם ייִשובֿ. אין די איבער צװיי שעה פֿון דער טרעפֿונג האָבן די אָנװענדיקע באַקומען די לעצטע אינפֿאָרמאַציעס, װאָס צילן צו שליסן די אָנקלאַגע פֿון פּראָקוראָר ניסמאַן, און צו באַשטימען, אַז ער איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, כאָטש די ספּעציאַליסטן װאָס די משפּחה האָט צוגעשטעלט, פֿרעגן אָפּ אָט די טעזע.


16 יאָר זינט דעם אַטענטאַט

דעם 26סטן מײַ 1999, פֿינף יאָר נאָך דעם װי דער בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה איז צעשטערט געװאָרן, האָט מען דורכגעפֿירט דעם חנוכּת־הבית פֿון נײַעם בנין. אין 1995, אין חודש אויגוסט, אַ יאָר נאָכן אַטענטאַט האָבן זיך אָנגעהויבן די אַרבעטן און 5 יאָר שפּעטער, 9:53 אַ זייגער, װען דער בנין איז אויפֿגעריסן געװאָרן, האָט מען אים באַנײַט. דער לאָזונג איז געװען „פֿאַר דער יוסטיץ און פֿאַרן לעבן‟. דער פֿאָרזיצער לעאָנאַרדאָ כמעלניצקי האָט אין זײַן װאָרט, װען מען האָט געפֿײַערט די דאַטע צוגעגעבן, אַז הײַנט איז דער לאָזונג „לעבן, זכּרון, יוסטיץ, טראַדיציע, המשך, גלײַכקייט, דרך־ארץ און סאָלידאַריטעט‟.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.