די אונגאַרן שטאָלצירן מיט זייער „טאָקײַ‟ — דער אַלטער ווײַן, געמאַכט פֿון די אָרטיקע טרויבן, וואָס וואַקסן אינעם צפֿון־מיזרחדיקן טייל פֿונעם לאַנד. דאָס זיסע געטראַנק ווערט אַפֿילו דערמאָנט אינעם אונגערישן נאַציאָנאַלן הימן. איין עלטערע ייִדישע משפּחה פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס שטאַמט פֿונעם טאָקײַ־ראַיאָן, באַקלאָגט זיך אָבער, אַז די וועלט ווייסט נישט הײַנט וועגן די ייִדישע וואָרצלען פֿונעם דאָזיקן באַליבטן סאָרט ווײַן.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן די בעסטע ווײַנגערטנער אין אונגערן געהערט צו די ייִדן, וועלכע האָבן אויסגעאַרבעט דעם אוניקאַלן רעצעפּט, לויט וועלכן עס ווערט גענוצט אַ געוויסער ספּעציפֿישער מין הייוון. אַ טייל פֿון די בעסטע אונגערישע ווײַנמאַכער און ווײַן־סוחרים זענען אומגעקומען אין אוישוויץ; די, וואָס זענען לעבן געבליבן נאָכן חורבן, האָבן נישט געקאָנט באַקומען צוריק זייערע טרויבן־פּלאַנטאַציעס און הײַזער.
די 87־יאָריקע סוזי אָסטער האָט דערציילט, אַז אירע טאַטע־מאַמע זענען געווען צווישן די בעסטע ווײַנמאַכער אין מאַד, אַ שטאָט אינעם טאָקײַ־ראַיאָן. איר זון, גערי אָסטער, גלייבט, אַז איר מאַמעס געוועזענע היים אין דער דאָזיקער שטאָט דינט איצט ווי דער צענטער פֿון אַ פּרעסטיזשפֿולער ווײַן־פֿירמע, וועלכע וויל נישט אָנערקענען די היסטאָרישע פֿאַרבינדונג מיט די אַמאָליקע ייִדישע בעלי־בתּים. צוזאַמען מיט זײַן שוועסטער, בעווערלי פֿאַָקס, פּרוּוון זיי צו דערווײַזן, אַז די אינטערנאַציאָנאַלע קאָמפּאַניע Royal Tokaji באַלעבאַטעוועט מיט דער היסטאָרישער ווײַנערײַ, וועלכע האָט אַמאָל געהערט צו זייערע באָבע־זיידעס, די משפּחה צימערמאַן.
גערי אָסטער האָט באַטאָנט, אַז ער קעמפֿט נישט צוליב געלט אָדער נקמה, נאָר צוליב דעם היסטאָרישן יושר. ער און זײַן שוועסטער טענהט, אַז נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער קאָמוניסטישער סיסטעם אין אונגערן, זענען אַ סך געוועזענע מלוכישע אונטערנעמונגען פּריוואַטיזירט געוואָרן און זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון צופֿעליקע מענטשן. די פֿירמע, וועלכע האָט געקויפֿט די אַלטע ווײַנערײַ, וויל בשום־אופֿן נישט אָנערקענען די היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען פֿון איר פּראָדוקט מיט די ייִדן.
פֿונדעסטוועגן, האָט איינער פֿון די פֿירמע־פֿאַרוואַלטער איבערגעגעבן דעם Forward אין אַ טעלעפֿאָן־שמועס, אַז אין דער צוקונפֿט וועט מען, מעגלעך, יאָ אָנערקענען די דאָזיקע היסטאָרישע פֿאַרבינדונג. דערווײַל האָט אָבער די קאָמפּאַניע נאָך נישט שטודירט, ווי געהעריק, די געשיכטע פֿונעם ראַיאָן, און וויל נישט מאַכן אַזעלכע באַשלוסן.
די קריגערײַ איבער דער ווײַן־פֿירמע, וועלכע האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין אַ ריי גאַנץ בייזע בליצפּאָסטן פֿון ביידע צדדים, האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַקטיש על־פּי צופֿאַל. ווען פֿאָקס האָט פּלאַנירט אַ נסיעה קיין אונגערן און געוואָלט באַזוכן מאַד, די היימשטאָט פֿון אירע אָבֿות, האָט זי באַקומען פֿונעם טור-אָרגאַניזאַטאָר אַ בילד פֿון דער באַרימטער ווײַנערײַ. זי האָט באַמערקט, אַז דאָס איז איר מאַמעס אַלטע היים; מיט 30 יאָר צוריק האָט זי אָפּגעשטאַט אַהין אַ וויזיט, צוזאַמען מיט אירע עלטערן. די מאַמע האָט באַשטעטיקט, אַז זי האָט אַמאָל געוווינט אינעם הויז, וווּ עס געפֿינט זיך איצט דער ביוראָ פֿון דער קאָמפּאַניע Royal Tokaji. דאָרטן האָט זי געוווינט, ווען זי איז געווען אַ 10־יאָריק מיידל; איר משפּחה האָט מען דעמאָלט פֿאַרשיקט אין די נאַצי־לאַגערן.
סוזי אָסטער געדענקט גאַנץ קלאָר, ווי אַזוי איר משפּחה האָט געאַרבעט אין דער ווײַנערײַ. פֿרומע ייִדישע מענער פֿלעגן קומען בעתן גערעטעניש־סעזאָן, כּדי צו צעטרעטן די טרויבן מיט באָרוועסע פֿיס און פֿאַרזיכערן דאָס כּשרות פֿונעם ווײַן. אַ גרויסן טייל פֿון דער פּראָדוקציע האָט מען אימפּאָרטירט קיין פּוילן; די דאָרטיקע ייִדן וואָלטן נישט געטרונקען דעם ווײַן, אויב אַ גוי וואָלט געווען פֿאַרמישט אינעם פּראָצעס.
די משפּחה צימערמאַן אַליין אין געווען אַ וועלטלעכע. אין פֿאַרגלײַך מיט די איזאָלירטע פֿרומע שכנים, האָט זי זיך געפֿונען אין נאָענטע פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט די נישט־ייִדישע תּושבֿים פֿון דער שטאָט. אַדרבה, אָסטער האָט דערציילט, אַז אין איר קינדהייט זענען צווישן אירע פֿרײַנד נישט געווען קיין ייִדן. דאָס האָט אָבער נישט געראַטעוועט די משפּחה פֿונעם חורבן. אַזוי ווי אַנדערע ייִדן אין מאַד, זענען אירע טאַטע־מאַמע פֿאַרטיליקט געוואָרן אין אוישוויץ.
סוזי האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצולעבן. שפּעטער, האָט זי זיך באַזעצט אין לאָנג־ביטש, קאַליפֿאָרניע. איר משפּחהס פֿאַרמעגן איז אָבער נאַציאָנאַליזירט געוואָרן נאָך דער מלחמה דורך דער קאָמוניסטישער רעגירונג.
אַ סך אַנדערע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה דערציילן ענלעכע געשיכטעס. די ניו־יאָרקער שרײַבערין זהבֿה שאַש-סטעסעל דערציילט וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם טאָקײַ־ראַיאָן אין איר בוך „ווײַן און דערנער אינעם טאָקײַ-טאָל‟. זי טענהט, אַז ס׳רובֿ ייִדן, וועלכע האָבן געוווינט אין דער דאָזיקער געגנט פֿאַר דער מלחמה און זענען ניצול־געוואָרן נאָכן חורבן, האָבן נישט באַקומען קיין קאָמפּענסאַציע פֿאַר זייערע פֿאַרמלחמהדיקע פֿאַרמעגנס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.