אַ הייסע דעבאַטע האָט זיך מיטוואָך צעפֿלאַקערט אינעם פֿראַנצייזישן פּאַרלאַמענט וועגן דער פֿראַגע, ווער טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דער דעפּאָרטאַציע פֿון טויזנטער פֿראַנצייזישע ייִדן אין די אומברענג־לאַגערן בעת דעם חורבן? אפֿשר די פֿראַנצייזישע רעגירונג אַליין?
פֿאַראַיאָרן האָבן די אַמעריקאַנער און פֿראַנצייזישע רעגירונגען אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, אַז פֿראַנקרײַך זאָל באַצאָלן 60 מיליאָן דאָלאַר צו די ייִדן, וואָס זענען דעפּאָרטירט געוואָרן דורך דער פֿראַנצייזישער פּאָליציי, אין קאָלאַבאָראַציע מיט די נאַציס, אָדער צו זייערע יורשים, וואָס וווינען הײַנט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָדער אַנדערע לענדער, וווּ זיי באַקומען נישט קיין געלט פֿון די נאַציאָנאַלע פֿראַנצייזישע פּראָגראַמען.
אָבער נישט צוליב געלט איז פֿראַנקרײַך אויפֿגעבראַכט. אַלע צדדים זענען מסכּים, אַז די אַלטע לעבן געבליבענע ייִדן פֿון חורבן דאַרפֿן קאָמפּענסירט ווערן. די פֿראַנצויזן האָבן פּראָטעסטירט קעגן דעם אומפּינקטלעכן טעקסט פֿונעם אָפּמאַך, וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף דער „רעגירונג פֿון דער מדינה פֿראַנקרײַך‟, און דערמאָנט בכלל נישט, אַז די איצטיקע רעגירונג איז אַן אַנדערע ווי דער ווישי־רעזשים, וואָס האָט קאָלאַבאָרירט מיט דער דײַטשער אָקופּאַציע.
איין דעפּוטאַט פֿון פּאַרלאַמענט, פּיער לעלוש, האָט געזאָגט דער „פֿראַנצייזישער פּרעסע־אַגענטור‟, אַז ער איז „זייער אין כּעס‟ און „שטאַרק שאָקירט‟. „די פֿראַנצייזישע רעפּובליק אָנערקענט די פֿאַרברעכנס פֿון ווישי, אָבער טאָר נישט אַליין באַטראַכט ווערן ווי אַחריותדיק פֿאַר יענע פֿאַרברעכנס,‟ האָט ער באַטאָנט.
פּאַטריק באַלקאַני, אַ צווייטער דעפּוטאַט, וואָס זײַן טאַטע, אַן אונגערישער ייִד, איז דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ פֿונעם פֿראַנצייזישן לאַגער דראַנסי, האָט אויך פֿאַרדאַמט דעם טעקסט. „מײַן טאַטע וואָלט זיך איבערגעדרייט אין קבֿר, ווען ער ווייסט, אַז מע האָט אַזוי אָנגעשריבן,‟ האָט באַלקאַני געזאָגט.
„מיר מוזן קאָמפּענסירן די געליטענע פֿונעם חורבן, אָבער דער אָפּמאַך מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז דערנידערנדיק און נישט־דערטרעגלעך,‟ האָט טיערע מאַריאַני, אַ דעפּוטאַט אין פּאַרלאַמענט און אַ געוועזענער טראַנספּאָרטאַציע־מיניסטער געשריבן דורך „טוויטער‟.
סטואַרט אײַזנשטאַדט, דער ספּעציעלער עצה־געבער וועגן חורבן־ענינים פֿאַרן אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר דזאָן קערי, האָט געענטפֿערט אויף דער מחלוקת, אַז די סעמאַנטיק טאָר נישט ווערן אַ תּירוץ אָפּצולייגן דעם אָפּמאַך. „מיר טאָרן נישט דערלאָזן, אַז די מענטשן, וואָס האָבן אַזוי שרעקלעך געליטן אין זייער יוגנט, זאָלן אויף דער עלטער לײַדן פֿון אָרעמקייט און עלנטקייט,‟ האָט ער געזאָגט דער „איי־עף־פּי‟. „בערך 50% פֿון די 60,000 לעבן־געבליבענע לײַדן דערפֿון, אַרײַנגערעכנט אַ דריטל פֿון די לעבן־געבליבענע אין ישׂראל, און מער ווי 85% אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.‟
אײַזנשטאַדט האָט אויך דערמאָנט די פֿראַנצייזישע פּאָליטיקער, אַז פֿראַנקרײַך האָט, ווי אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, אויך אָפּגעלעקט אַ ביינדל פֿון די צוגעראַבעוועטע ייִדישע חפֿצים. מיט כּמעט צוואַנציק יאָר צוריק האָט דער פֿראַנצייזישער פּרעזידענט זשאַק שיראַק עפֿנטלעך דערקלערט די שולד פֿון פֿראַנקרײַך אין דער דעפּאָרטאַציע פֿון די ייִדן. „די אָקופּירנדיקע כּוחות האָבן דורכגעפֿירט די ערגסטע פֿאַרברעכנס, אָבער די פֿראַנצויזן, דורך דער פֿראַנצייזישער מלוכה, זענען אויך געווען שולדיק.‟
און דאָך, נעמענדיק אין באַטראַכט די דעבאַטע מיטוואָך אינעם פֿראַנצייזישן פּאַרלאַמענט, גייט דער וויכּוח אָן ווײַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.