פֿונוואַנען נעמען זיך די ווילדע חומרות?

Why Jewish Fundamentalism Is More Brazen Than Ever


פֿון דזשיי מײַקלסאָן (ייִט״אַ)

Published June 04, 2015, issue of June 26, 2015.

אַ חסידישער מאַן טענהט אינעם פֿיניקסער עראָפּאָרט, שטאַט אַריזאָנע, אַז ער טאָר נישט זיצן לעבן אַ פֿרוי. במשך פֿון צענדליקער יאָרן איז עס נישט געווען קיין פּראָבלעם אַפֿילו אין די פֿרימסטע קרײַזן; הײַנט אָבער האָבן די חרדישע צניעות-קעמפֿער אָנגעהויבן דריקן אויף די ישׂראלדיקע טראַנספּאָרט־פֿירמעס, זיי זאָלן אָפּטיילן מענער פֿון פֿרויען און אויפֿשטעלן די מחיצות.

ס׳זעט אויס, אַז דער דערמאָנטער מאַן האָט ערנסט געגלייבט, אַז אַזאַ מדרגה פֿון צניעות איז אַן אוראַלטע ייִדישע טראַדיציע. די באַאַמטע פֿונעם פֿליפֿעלד האָט זיך צוגעהערט צו זײַנע בקשות און אַזש צוויי מאָל איבערצײַגט די אַנדערע פּאַסאַזשירן פֿונעם געפּאַקטן עראָפּלאַן זיך אויסצוטוישן מיט די ערטער. מסתּמא, האָבן די פּאַסאַזשירן זיך באַצויגן צו דעם חסיד ווי צו עפּעס אַ פֿאַרצײַטיקן פּאַרשוין.

צום באַדויערן, ווערט דער אַמעריקאַנער פּרינציפּ פֿון דער רעליגיעזער פֿרײַהייט אַלץ מער באַזײַטיקט אין די שטאַרק פֿרומע קרײַזן מיט אומבאַוויליקייט צו פֿאָלגן די אָנגענומענע סאָציאַלע נאָרמען פֿונעם לאַנד. אַנשטאָט אָפּצושאַצן די מעלות פֿון דער געזעלשאַפֿט, וואָס דערמעגלעכט זיי צו לעבן ווי מע וויל, באַנוצן זיי זיך מיט זייער פֿרײַהייט, כּדי צו דערציילן די קינדער אין זייערע שולן, אַז די גויים האָבן נישט קיין נשמות און זענען נישט קיין מענטשן.

אינעם פּראָצעס פֿונעם שטײַגנדיקן חסידישן פֿונדאַמענטאַליזם זענען פֿאַרמישט אַ צאָל פֿאַרשיידענע פֿאַקטאָרן: די חרדישע פּאַרטייען אין ישׂראל, וווּ זיי האָבן אַן ערנסטן פּאָליטישן כּוח; די קאָנסערוואַטיווע אַמעריקאַנער פּאָליטיק; די נעגאַטיווע באַציִונג צו דער אַרומיקער וועלט; און, אַוודאי, פֿאַרשיידענע סובסידיעס, צוליב וועלכע די פֿרומע קהילות ווערן אַלץ מער איזאָלירט אויפֿן פֿרעמדן חשבון, אונטערן שטרענגן קאָנטראָל פֿון די רבנים.

שטעלט זיך פֿאָר, וואָס וועט קאָנען געשען אין אַמעריקע מיט 30 יאָר אַרום. אין שפּיץ פֿון דער ייִדישער וועלט וועלן שטיין אָט-די חרדישע קהילות, וואָס האַלטן אין איין וואַקסן. דאָס „שארית־ישׂראל‟, די טראַדיציאָנעלסטע שטאַרק־פֿרומע ייִדישקייט, וועט זיך אַסאָציִיִרן מיט אַזעלכע פּאַרשוינען, וואָס וועלן זיך אויפֿפֿירן גראָב אינעם טראַנספּאָרט, ווײַל זיי ווילן נישט נאָכמאַכן „די שמוציקע גויים‟. מער פֿונדאַמענטאַליזם — מער חוצפּה. אַ גרויסער טייל מאָדערנע אָרטאָדאָקסן גייט אויך, צו ביסלעך, איבער אין דער חרדישער מחנה. וואָס מיט יאָרן צוריק איז געווען גלאַט־כּשר, ווערט געפֿערלעך טרייף.

ווען איך זיץ אינעם עראָפּלאַן און קוק אויף יענעם חסיד, וואָס מוטשעט די סטואַרדעסעס און פּאַסאַזשירן מיט זײַנע חומרות, טראַכט איך, אַז צווישן ייִדן טרעפֿן זיך אַזעלכע טיפּן, וואָס לעבן זיך שעם איך זיך צו זײַן אַ ייִד. דאַכט זיך, איך קען אַפֿילו פֿאַרשטיין די אַנטיסעמיטן, אויב אַזאַ חסיד שאַפֿט אַן אײַנדרוק, אַז ער איז אַן אויטענטישער פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

אין דער אמתן, לערנט מען אין די חרדישע ישיבֿות אַ סך וווּנדערלעכע זאַכן, און אין חסידות שטעקט אַ סך חכמה און חן. די פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס נאָכן נצחון פֿון ווילדע חומרות און העסלעכע באַציִונגען צו דער וועלט, ווערט אַלץ שווערער אָפּצושאַצן די שיינקייט און פּטור צו ווערן פֿון די עקלדיקע פּאַטאָלאָגישע טענדענצן. איין גראָבן פּאַסאַזשיר קאָן מען, סוף־כּל־סוף, פֿאַרטראָגן במשך פֿון אַ פּאָר שעה אויף אַן עראָפּלאַן. צו באַזיגן די עצם־טענדענץ איז אָבער אַ סך שווערער.