ווען אַ ייִד זאָגט, אַז ער איז אויפֿגעוואַקסן אין שיקאַגע, שטאָליצירט ער דערמיט, אַז ער איז נישט אַ ניו־יאָרקער, נאָר אַ פּרי פֿון אַן אַנדער גרויסער שטאָט. אין פֿאַרגלײַך מיט די תּושבֿים פֿון ייִדישע פֿאָרשטעט, זענען די עכטע שיקאַגער ייִדן געבליבן אין די אַלטע אימיגראַנטישע ראַיאָנען פֿון דער שטאָט, וווּ עס האָבן געוווינט זייערע עלטערן אָדער באָבע־זיידעס, נישט געקוקט אויף די שטײַגנדיקע דירה-פּרײַזן.
די אימיגראַנטן האָבן געשאַפֿן אין שיקאַגע אַזעלכע געגנטן, ווי אָלבאַני-פּאַרק אָדער אָלד-וועסט-סײַד, וואָס האָבן דערמאָנט אין די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטעטלעך. אַ טייל זייערע אייניקלעך זענען דאָרטן אויך אויפֿגעוואַקסן; די אַנדערע האָבן זיך באַזעצט אין הײַד־פּאַרק אָדער סאַוט־שאָר.
בײַ די שיקאַגער ייִדן איז פֿאַראַן די טענדענץ אײַנצוקויפֿן ביכער פֿון ייִדישע מחברים, אַוועקצושטעלן זיי אויף דער פּאָליצע, אָבער זיי קיינמאָל נישט לייענען. יעדער אָרטיקער ייִד האָט אַמאָל געקענט יצחק באַשעוויסן און באַקומען אַ בוך מיט זײַן אונטערשריפֿט. די אַמביציעזע שיקאַגער ייִדישע טאַטע־מאַמע, וואָלטן אָפּשיקן זייער קינד אין אַ פּרעסטיזשפֿולער פֿאָרשטאָטישער פּריוואַטער שול, וווּ עס האָבן זיך געלערנט פֿאַרשיידענע מיליאָנערן. שפּעטער אָבער, צוליב אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען פֿון אַ געוויס ייִנגל, וואָלטן די עלטערן פֿונעם איינציקן ייִדישן קינד אין קלאַס אים אַריבערגעפֿירט אויף אַ קורצער צײַט אין דער ערגסטער מלוכישער שיל, אָפּגעוואַרט, ביז דער קליינער אַנטיסעמיט פֿאַרלאָזט יענעם קלאַס, און אָפּשיקן זייער זון צוריק אין דער רײַכער שול.
אַ ייִדיש קינד אין שיקאַגע האָט געדאַרפֿט וויסן די נעמען פֿון אַלע אָרטיקע ספּאָרטלער, וואָס האָבן געקלונגען אָדער אויסגעזען ווי ייִדן. אין דער אָרטיקער העברעיִשער שול זענען די ייִנגלעך געגאַנגען צוזאַמען מיט מיידלעך, וועלכע האָבן זיך נישט געשעמט צו טראָגן אַ העמדל, וואָס דער רבֿ האָט געשילדערט ווי אַ שטיק „פּאָרנאָגראַפֿיע‟, און דערציילן מעשׂיות וועגן זייער סעקסועל לעבן; די ייִנגלעך האָבן זיך געחידושט, צי זיי וויצלען זיך אָדער מיינען טאַקע ערנסט. די שיקאַגער בר־מיצוות זענען פֿאָרגעקומען אין אַ ריזיקן האָטעל מיט אַן אָפֿענעם באַר, וווּ 12־יאָריקע מיידלעך און ייִנגלעך האָבן געטרונקען אַן עכטע משקה און דערציילט שמאַלציקע אַנעקדאָטן.
צוליב אַזעלכע פּערזענלעכע איבערלעבענישן, דאַכט זיך מיר, אַז דאָס ייִדישע לעבן אין טשיקאַגע, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן, האָט זיך טאַקע מאָדנע אונטערשיידט פֿון די אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט, און האָט איבערגעלאָזט אַ געמיש פֿון סתּם טשיקאַווע זכרונות און נאָסטאַלגישע געפֿילן. למשל, וואָס איז געשען נאָך מײַן בר־מיצווה, ווען איך בין מער נישט געגאַנגען אין דער העברעיִשער שול, מיטן מיידל, וואָס האָט געדרשנט וועגן סעקס? אָדער מיט אַן אַנדער מיידל, וואָס האָט זיך אין מיר פֿאַרליבט, ווען איר האָב באַצירט איר שול־העפֿט מיט קרום אָנגעשריבענע נעמען פֿון פּאָפּולערע מוזיק־גרופּעס?
די מיטלשול אין איווענסטאָן איז אָפֿיציעל געווען אַ מלוכישע, אָבער פֿול מיט ייִדן. פֿאַקטיש, האָט זי אויסגעזען ווי אַ ייִדישע שול. הגם די קינדער האָבן נאָך נישט געקאָנט שטימען, האָט מען געפֿירט הייסע דעבאַטעס וועגן צוויי מעיאָר־קאַנדידאַטן: האַראָלד וואָשינגטאָן און בערנאַרד עפּטאָן. דער ערשטער איז געווען אַ ליבעראַל, דערפֿאַר האָבן די ייִדן געמוז אים שטיצן. וואָס טוט מען אָבער, אַז עפּטאָן האָט געמאַכט אַ בעסערן אײַנדרוק?
ווען איך בין געפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, צו שטודירן פּאָליטאָלאָגיע, טראַכטנדיק נאָך אַלץ וועגן די קאַריערעס פֿון יענע קאַנדידאַטן, האָב איך אַנטדעקט, אַז די ניו־יאָרקער ייִדן זענען טאַקע פֿון גאָר אַן אַנדער סאָרט. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז אַ „שיקאַגער ייִד‟ איז אַ טיטל, וואָס מע קאָן אָננעמען מיט שטאָלץ, הגם ס׳איז געווען שווער צו דערקלערן די ניו־יאָרקער, וואָס מיינט, אַז איך קום פֿון אַ „שיקאַגער עקוויוואַלענט פֿון ברוקלין‟. און הײַנט, זײַענדיק דער רעדאַקטאָר פֿונעם קולטור־אָפּטייל בײַם Forward און אַ מחבר פֿון אַ ריי ביכער, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן שיקאַגער ייִדן, באַטראַכט איך זיך דווקא ווי אַ שיקאַגער מחבר. און דאָס מיינט, אַז הגם מײַנע טעכטער זענען דערצויגן געוואָרן אין ניו־יאָרק, וווּ איך וווין שוין לאַנג, וועל איך אויף אייביק בלײַבן אַ מאָדנער פֿרוכט — דער שיקאַגער ייִד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.