פֿרײַטיק, דעם 29סטן מײַ, האָט די ריכטערין פּאַלמאַגיני געפֿאָדערט בײַ דער פּראָקוראָרין פֿיין זי זאָל צואײַלן די אויספֿאָרשונגען איבער ניסמאַנס טויט. די ריכטערין האָט אָפּגעלייגט אירע װאַקאַציעס און געפֿאָדערט מען זאָל פֿאַרטיפֿן די אַרבעטן איבער ניסמאַנס טעלעפֿאָנען און מאָבילקעס, קאָנטראָלירן אויך לאַגאָמאַרסינאָן, זײַן אָנגעשטעלטער, װאָס האָט אים באַזאָרגט מיטן פּיסטויל, און אויספֿאָרשן די טעזעס פֿון אייניקע דעפּוטאַטן פֿון דער אָפּאָזיציע, װאָס די פּראָקוראָרין פֿיין האָט ניט גענומען אין באַטראַכט. מען האַלט, אַז ערשט אין יולי װעלן די רעזולטאַטן זײַן פֿאַרטיק.
מען דערװאַרט, אַז דעמאָלט װעט מען אויך װיסן, װאָס עס איז געשען מיט זײַנע קאָמפּיוטערס, װײַל עס איז אויך פֿעסטגעשטעלט געװאָרן, אַז 10 מאָל איז מען אַרײַן מיט פֿלעשלעך אין זײַנע קאָמפּיוטערס נאָך ניסמאַנס טויט, און איידער מען האָט אים געפֿונען אַ טויטן. דאָס געריכט האָט זיך געװאָנדן צו „גוגל‟ און צו „סאַמסונג‟ נאָך טעכנישער הילף.
זונטיק, דעם 31סטן האָט מען געװיזן אַ רעזומע פֿון דעם אָפֿיציעלן פֿילם, װאָס די פּאָליציי האָט רעקאָרדירט במשך די ערשטע זיבן שעה פֿון איר אַרבעט אין ניסמאַנס דירה. דאָס באַשטעטיקט, אַז זייער אַ סך מענטשן האָבן קאַליע געמאַכט די מעגלעכקייט עפּעס צו געפֿינען. אַלץ איז געמאַכט געװאָרן אָן די מינימאַלע געהעריקע נאָרמעס, און מען האָט אַפֿילו געזען װי מען רייניקט בלוט־סימנים פֿונעם פּיסטויל מיט היגיענע פּאַפּיר צו פֿאַרשרײַבן דעם נומער.
די פּראָקוראָרין פֿיין האָט מאָנטיק דערקלערט, אַז מען האָט נישט באַשמוצט די סצענע, און דער זיכערהייט־סעקרעטאַר, סערגיאָ בערני, זוכט װער ס‘האָט איבערגעגעבן דעם פֿילם דער פּרעסע. דער זשורנאַליסט כאָרכע לאַנאַטאַ, װאָס האָט געװיזן דעם פֿילם, האָט געפֿרעגט, פֿאַר װאָס געפֿינט מען בעסער ניט די, װעלכע האָבן אים דערמאָרדעט.
אויב נאָך 5 חדשים װייסט מען נישט, צי דאָס איז אַ מאָרד אָדער זעלבסטמאָרד, האַלט אַ באַרימטער אייראָפּעיִשער קרימינאַליסט, אַז דאָס איז אַ מאָרד.
אַנדרעאַ גאַרפֿונקעל, ניסמאַנס קוזינקע, האָט פּובליקירט אַ בוך, „לזכר — אין מעמאָריאַם‟, װוּ זי האַלט, אַז עס איז אוממעגלעך ער זאָל זיך האָבן גענומען דאָס לעבן, און זי דערציילט אינטימע אַספּעקטן פֿון זייערע באַציִונגען, װאָס באַװײַזן דאָס.
לעאָנאַרדאָ כמעלניצקי, פּרעזידענט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, האָט מאָנטיק, דעם ערשטן יוני, זיך געטראָפֿן אין װאַשינגטאָן מיט ראָבערטאַ יאַקאָבסאָן, די װיכטיקסטע פֿיגור פֿאַר די באַציִונגען מיט לאַטײַן־אַמעריקע בײַם אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטעריום. כאָטש עס זײַנען נישט געמאַכט געװאָרן קיין אָפֿיציעלע דערקלערונגען שאַצט מען, אַז דאָס איז אַ פֿעסטער שריט פֿון אָבאַמאַס אַדמיניסטראַציע צו פֿאַרשטאַרקן די אויספֿאָרשונגען פֿונעם אַטענטאַט אויף דעם קהילה־בנין, די באַציִונגען פֿון דער אַרגענטינער רעגירונג מיט איראַן און ניסמאַנס טויט.
דזשאָש ערנעסט, אָבאַמאַס װאָרטזאָגער, האָט דערקלערט, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג איז באַאומרויִקט, װען אין די לענדער, מיט װעלכע זי האָט אַ „פֿעסטע באַציִונג, שטייען אויף דער טאָג־אָרדענונג טעמעס, װאָס שעדיקן די יוסטיץ און דאָס רעכט פֿון די אײַנװוינערס‟.
עדואַרדאָ קאָװאַליװקער האָט פּרעזענטירט זײַן בוך לידער „די טײַכן פֿון מײַן בלוט‟, װאָס באַציִען זיך צו דער ייִדישער געשיכטע, ייִדישע װערטן און ייִדישער אידענטיטעט. די „ייִדישע גאַוטשן‟, די אימיגראַנטן אין די ייִדישע אַגראַר־קאָלאָניעס, װערן אויך באַזונגען אין זײַנע שאַפֿונגען. דאָס ליד, װאָס גיט דעם טיטל צום בוך, הייבט זיך אָן מיט די װערטער „װאָס אַרט מיר דאָס ברויט, װאָס אַרט מיר דער דאַך, װען איך האָב פֿאַרלאָזט מצרים איז די פֿרײַהייט געװען די איינציקע האָפֿענונג, דאָס איינציקע רעכט‟.
צװיי באַפֿרײַטע געפֿאַנגענע פֿון דער תּפֿיסה אין גואַנטאַנאַמאָ האָבן חתונה געהאַט אין מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ, מיט צװיי אורוגװײַער, װאָס זײַנען אַריבער צום איסלאַם. דער אימאַם סאַמיר סעלים, דירעקטאָר פֿון איסלאַמישן צענטער, האָט דורכגעפֿירט די צערעמאָניע. אַ סיריער און אַ טוניזער זײַנען מיטגלידער פֿון צענטער, װאָס די עגיפּטישע אַמבאַסאַדע האַלט אויס. זייער אַדװאָקאַט האָט דערקלערט, אַז װײַל זיי זײַנען פֿאַררעכנט װי פּליטים, האָבן זיי דאָס רעכט חתונה צו האָבן לויטן אורוגװײַער געזעץ.
דער מאָנטעװידעער ייִשובֿ איז שטאַרק פֿאַרזאָרגט איבער דער שטײַגנדיקער השפּעה פֿון איסלאַמישע גרופּעס אין אורוגװײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.