אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן גייט איצט אָן אַ קאַמף צווישן די שטיצער פֿון אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן און זייערע קעגנער. שעלדאָן איידעלסאָן, דער לאַס־וועגאַסער מיליאַרדער, צוזאַמען מיט אַ צאָל זײַנע שותּפֿים, ווילן זיך אַרײַנמישן אינעם דאָזיקן קאַמף מצד די קעגנער פֿון די בויקאָטן. זייער טעטיקייט וועט אָבער אַוועקציִען דעם גראַוויטאַציע־צענטער פֿון דער פּראָ־ישׂראלדיקער טעקטייט אין די קאַמפּוסן ממשותדיק ווײַטער אויף רעכטס.
דעם קומענדיקן שבת און זונטיק, וועט אין איידעלסאָנס האָטעל און קאַזינאָ Venetian פֿאָרקומען די רעפּרעזענטאַציע פֿונעם דאָזיקן פּלאַן. דער Forward האָט באַקומען די רשימה פֿון באַטייליקטע רעדנער, אָרגאַניזאַטאָרן און סתּם פֿאַרבעטענע. ס׳איז קלאָר, אַז די אונטערנעמונג איז פֿעסט פֿאַרבונדן מיט שטאַרק רעכטע פּאָליטישע גרופּעס און פּערזענלעכקייטן. אַ גאַנצע ריי באַקאַנטע חבֿרות, אַרײַנגערעכנט דעם „פּראָיעקט קלאַריאָן‟, וועלכן די הויפּטשטראָמיקע מעסיקע ייִדישע גרופּעס באַשולדיקן אינעם פֿאַרשפּרייטן שׂינאה קעגן די מוסולעמענער, אָדער „די קריסטן פֿאַראייניקט פֿאַר ישׂראל‟, וועלן אויפֿטרעפֿן בעת דער אונטערנעמונג ווי חשובֿע געסט.
דער רעפּרעזענטירטער פּאָליטישער ספּעקטער איז גאָר אַן ענגער. הגם די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן אײַנגעלאַדן פֿאָרשטייער פֿון אַזעלכע באַקאַנטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ווי „הלל‟, „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ און „די ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון-אַמעריקע‟, וועלן זיי דאָרטן נישט אויפֿטרעטן. אַ צאָל פֿאַרבעטענע באַקאַנטע פּראָ־ישׂראלדיקע קאַמפּוס-אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך דווקא אָפּגעזאָגט צו קומען אויף אַזאַ אונטערנעמונג. אַזעלכע ליבעראַלע אָרגאַניזאַציעס, ווי „דזשיי-סטריט‟, „עמנו‟ און „דער נײַער ישׂראלדיקער פֿאָנד‟ האָט מען בכלל נישט פֿאַרבעטן, הגם זיי שטיצן ישׂראל און זענען בפֿירוש קעגן די בויקאָטן.
אַ פּראָמינענטע ראָלע, ווי אַן אָרגאַניזאַטאָר, וועט אויף דער פּרעזענטאַציע שפּילן הרבֿ שמואל בוטח, אַ ליובאַוויטשער מומחה אין סעקסועלע ענינים. געוויינטלעך, זענען די באַקאַנטע ייִדישע גרופּעס צוגעוווינט צו דעם אָרגאַניזאַציאָנעלן פּיראַמיד־מאָדעל, לויט וועלכן די פּראָפֿעסיאָנעלע כּלל־טוער אַנטוויקלען די פּראָגראַמען פֿאַרן ברייטן עולם און לייגן זיי פֿאָר די שטיצער. איידעלסאָן און זײַנע שותּפֿים טוען עס אָבער אויף אַ קאַפּויערדיקן אופֿן; די רײַכע שטיצער וועלן זאָגן די אָרגאַניזאַציעס, וואָס זיי ווילן טאָן, און די גרעסטע עשירים וועלן באַטראַכטן די פּלענער. אַזאַ צווייפֿלהאַפֿטיקער צוגאַנג וועט בײַ אַ סך ייִדן אַרויסרופֿן אַ חשד.
שבת, בײַם אָנהייב פֿון דער אונטערנעמונג, וועט פֿאָרקומען אַ 5־שעהיִקע סעסיע, געווידמעט די באַטייליקטע „מעגאַ־פֿילאַנטראָפּן‟. בלויז די, וואָס קאָנען אויסגעבן אַ נדבֿה פֿון איבער אַ מיליאָן דאָלאַר במשך פֿון צוויי יאָר, וועלן זיך באַטייליקן אין דער פּלאַנירונג פֿון דער פּראָ־ישׂראלדיקער טעטיקייט אין די אוניווערסיטעטן.
בוטח און איידעלסאָן האָבן באַטראַכט די אונטערנעמונג במשך פֿון עטלעכע חדשים. בלויז מיט 10 טעג פֿאַר דער רעפּרעזענטאַציע האָבן זיי אָבער צעשיקט די אײַנלאַדונג צו די אויסגעקליבענע געסט. דעם עצם־נאָמען פֿון דער „פֿאַרזאַמלונג פֿון קאַמפּוס־מכּבים‟ האָבן שטילערהייט צוגעטראַכט בוטח און מרים איידעלסאָן, דאָס ווײַב פֿונעם קאַזינאָ־קיניג. מע האָט געוואָרנט די געסט, אַז אַלע שמועסן אויף דער אונטערנעמונג וועלן דורכגעפֿירט ווערן שטרענג בסוד. די באַטייליקטע האָבן אויך געמוזט מסכּים זײַן, אַז זיי וועלן בשום־אופֿן נישט רעדן וועגן דעם מיט דער פּרעסע — אַפֿילו פֿאַר דער פֿאַרזאַמלונג.
אַ ריי באַקאַנטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס קעמפֿט אַקטיוו קעגן די אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן, זענען פֿאַרחידושט געוואָרן, אַז מע האָט זיי נישט פֿאַרבעטן אויף אַזאַ אונטערנעמונג. אַדרבה, בנימין קאַנאָן, דער פּרעזידענט פֿון „דזשיי־סטריט‟, האָט באַטאָנט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע, מיט צווײַגן אין מער ווי 60 אַמעריקאַנער קאַמפּוסן, האָט קלאָר פֿאַרשטאַנען, פֿאַרוואָס איידעלסאָנס חבֿרה וואָלט זי נישט געוואָלט דאָרטן זען. קאַנאָן האָט צוגעגעבן, אַז איידעלסאָנס פּלאַן וועט סײַ־ווי־סײַ דורכפֿאַלן.
די שאלה איז, ווי אַזוי קלײַבט זיך איידעלסאָנס כאָפּטע ריזיקע גבֿירים אַוועקציִען די ייִדישע ליבעראַלן און פּראָגרעסיווע טוער פֿון די אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן? ווי איין באַקאַנטער פּראָ־ישׂראלדיקער טוער האָט זיך אויסגעדריקט, האָט בוטח נישט רעכט קיין אַרײַנצוקוקן, וואָס די אַנדערע ייִדן טוען אין זייערע בעטן אָדער אין זייער אוניווערסיטעטן. אַזאַ רעכטע חבֿרה קאָן דווקא אָפּשרעקן אַ סך ליבעראַלן.
דערצו, פֿרעגט זיך נאָך אַן אינטערעסאַנטע שאלה: ווי אַזוי וועט אַ ליובאַוויטשער רבֿ אָנפֿירן מיט אַן אונטערנעמונג, וווּ מע וועט זאַמלען גרויסע געלטער שבת? אויף דער-אָ קלאָץ־קשיא האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן גאַנץ חידושדיק געעפֿנטערט, אַז מע האָט פֿאַרבעטן אַ שבת־גוי, כּדי ער זאָל אויפֿהייבן דעם צייכן, ווען די פּרײַזן גייען אַרויף.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.