עינת אַדמוני, אַ ישׂראל־געבוירענע 44־יאָריקע פֿרוי, איז אַ ניו־יאָרקער שעף־קעכערין און רעסטאָראַן־בעל־הביתטע. צוזאַמען מיר איר 39־יאָריקן מאַן, סטעפֿאַן נאַפֿציגער, האַלטן זיי אַ צאָל פּאָפּולערע רעסטאָראַנען אין דער שטאָט, „בעל־הביתטע‟, „טעים‟ און „באַר באָלאָנאַט‟, וואָס לייגן פֿאָר געשמאַקע ישׂראלדיקער מאכלים. אַדמוני און נאַפֿציגער לעבן צוזאַמען זינט 2002. הײַנט וווינען זיי אין דער ברוקלינער געגנט פֿאָרט־גרין און דערציִען זייערע צוויי קינדער, דעם 8־יאָריקן ליאַם און די 6־יאָריקער מיקאַ.
אַדמוני האָט איבערגעגעבן דעם Forward, אַז ווען זי האָט צום ערשטן מאָל געטראָפֿן איר מאַן, האָט זי אָנגעהויבן גלייבן אין גילגולי־נשמות. נאָכן אַוועקגיין פֿון איר פֿאָריקן מאַן, איז זי אַוועקגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק און האָט זיך געקליבן חתונה צו האָבן מיט אַ צווייטן. פּלוצעם, ווען זי האָט געטראָפֿ סטעפֿאַן, האָט זי זיך אין אים מאָמענטאַל פֿאַרליבט. מיט דרײַ טעג נאָך דער ערשטער באַגעגעניש, האָבן זיי באַשלאָסן צו לעבן צוזאַמען און חתונה האָבן.
די שעף־קעכערין האָט דערציילט, אַז די ראָלעס פֿון זייער לעבן אין דער ברוקלינער דירה מיט צוויי שלאָף־צימערן זענען שטרענג צעטיילט און רעגלאַמענטירט. זי גרייט צו דאָס עסן, און דער מאַן פֿירט אויס אַלע אַנדערע שטוב־באַדערפֿענישן. במשך פֿון דער וואָך פֿאָרן זיי אַרום אַלע דרײַ רעסטאָראַנען. יעדן פֿרײַטיק בײַנאַכט קומט בײַ זיי אין דער היים פֿאָר אַ שבת־סעודה מיט אַ סך געסט. שבת בײַטאָג גייען זיי אויף אַן אָרטיקן פֿאַרמער־מאַרק, און זונטיק — פֿאַרברענגען מיט די קינדער. באַזונדערס האָט זי ליב צו גרייטן זונטיק אין דער פֿרי פֿאַרשיידענע טראַדיציאָנעלע תּימנער מאכלים.
לעבנדיק אין ניו־יאָרק, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק קיינמאָל נישט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם. איינמאָל זענען אינעם רעסטאָראַן „בעל־הביתטע‟ אַרײַנגעקומען צוויי גאַנץ איידעלע פּאַלעסטינער סטודענטן. ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז די אמתע בעל־הביתטע פֿונעם דאָזיקן אָרט איז אַ ישׂראלדיקע פֿרוי, זענען זיי אַוועקגעגאַנגען. אויף קיין עכטער שׂינאה צו די ייִדן האָט זי זיך אָבער קיינמאָל נישט אָנגעטראָפֿן.
אַדמוני האָט דערציילט, אַז זי גייט כּסדר אין אַן אָרטיקער ליובאַוויטשער שיל און העלפֿט אַקטיוו דער קהילה. די קינדער באַזוכן אַ העברעיִשע שול. הגם זי איז נישט פֿרום, האָט זי צוגעקלאַפּט אין יעדן צימער אַ מזוזה און פּראַוועט טראַדיציאָנעלע שבתדיקע סעודות. זי פֿילט זיך אָבער נישט אַנדערש, ווי די אַנדערע תּושבֿים פֿון דער שטאָט, און שאַצט אָפּ דווקא די קולטורעלע פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון ניו־יאָרק. וואָס שייך דער דירה, פֿילט זיך די משפּחה דאָרטן היימיש און געמיטלעך. די רעסטאָראַן־אייגנטימערין האָט צוגעגעבן, אַז ווען דאָס וואָלט געווען מעגלעך, וואָלט זי אַריבערגעטראָגן איר איצטיקע דירה גלײַך אויף דער אָקעאַנישער פּלאַזשע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.