בעת אַ שמועס אינעם האָטעל „אַל-דייראַ‟, וואָס שטייט בײַם ים־ברעג אין עזה, האָב איך געשמועסט מיטן אָרטיקן אַקטיוויסט אָמאַר שאַבאַן, וועלכער פֿירט אָן מיט אַן אַנאַליטישער גרופּע פֿאַר פּאַלעסטינער סטראַטעגישע שטודיעס, דערקלערט, אַז נאָך דער לעצטער מלחמה אין עזה, וועלכע איז אויסגעבראָכן מיט אַ יאָר צוריק, בלײַבט די שטאָט נאָך אַלץ אין רויִנען, ווײַל די אויסלענדישע שטיצער ווילן נישט אַרײַנלייגן זייער געלט אין אַ אָרט, וואָס קאָן ווידער צעשטערט ווערן בעת אַ נײַער מלחמה. בלויז בערך 27 פּראָצענט פֿון דער צוגעזאָגטער שטיצע אויף אַ סך־הכּלדיקער סומע פֿון 5.4 מיליאַרד דאָלאַר האָט זיך אײַנגעגעבן צו ליפֿערן אינעם ראַיאָן.
בעת דעם שמועס, האָט אָנגעקלונגען שאַבאַנס פֿרוי. מיט טרערן אין די אויגן, האָט זי זיך באַקלאָגט, אַז אירע שכנים האָבן אַרויסגעשאָסן אַ ראַקעט, וועלכע האָט זיך אויפֿגעריסן אין אַשדוד. די ישׂראלדיקע אויסשפּיר־אינסטאַנצן האָבן שפּעטער באַשטעטיקט, אַז דאָס אַחריות פֿאַרן דאָזיקן אַטאַק טראָגט נישט „כאַמאַס‟, נאָר דער „איסלאַמישער דזשיהאַד‟. די פֿרוי האָט מורא געהאַט, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי וועט ענטפֿערן אויף דעם ראַקעט-אַטאַק. שאַבאַן האָט מיך באַרויִקט, אַז כּל־זמן איך זיץ אינעם האָטעל, דאַרף איז זיך נישט זאָרגן. צה״ל וועט נישט אַטאַקירן אַן אָרט, וווּ עס געפֿינען זיך אויסלענדישע דיפּלאָמאַטן און זשורנאַליסטן.
בעת מײַן מײַ־נסיעה, האָב איך פֿאַרבראַכט אין עזה דרײַ טעג. נאָך דער מלחמה, וואָס האָט געדויערט 51 טעג, ווען מער ווי 2,100 אָרטיקע אײַנוווינער זענען דערהרגעט געוואָרן און צענדליקער טויזנט הײַזער — צעשטערט, האָט די וועלט פֿאַקטיש פֿאַרגעסן אין דעם מצבֿ פֿון די אָרטיקע תּושבֿים. למעשׂה, זעט עס אויס נעבעכדיק. אַ טייל מענטשן וווינען אין די רויִנען פֿון זייערע צעשטערטע דירות, אַ סך אַנדערע בלײַבן אין די אינטערנאַציאָנאַלע שולן פֿון דער „יו־ען‟, וווּ זיי האָבן זיך אויסבאַהאַלטן בשעת דער מלחמה. אַזעלכע מיקלט־ערטער זענען ממש געפּאַקט מיט פּליטים. אַפֿילו די, וואָס האָבן נישט געליטן דירעקט פֿון די ישׂראלדיקע באָמבאַרדירונגען, לײַדן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים פֿון דער מלחמה, וועלכע האָט איבערגעלאָזט אַ גרויסן היזק אויף יעדן שריט און טריט. די חורבות זענען אַ טייל פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין דער שטאָט.
כאַסאַן זייאַדאַ, אַ פֿירנדיקער אָרטיקער פּסיכאָלאָג, האָט מיר מסביר געווען, אַז אין עזה־פּאַס קאָן מען נישט אויסהיילן די מענטשן פֿונעם פּאָסט־טראַוומאַטישן סטרעס, ווײַל די טראַוומע איז אַ כראָנישע. ס׳איז נישט קלאָר, ווען איין קאָנפֿליקט פֿאַרענדיקט זיך און דער צווייטער הייבט זיך אָן. בעת די ישׂראלדיקע באָמבאַרדירונגען, ווי אַן ענטפֿער אויפֿן דערמאָנטן ראַקעטן-אַטאַק, בין איך געשלאָפֿן אינעם האָטעל. מײַן שאָפֿערין האָט אָבער נישט געקאָנט שלאָפֿן צוליב די לופֿט־אַטאַקן די גאַנצע נאַכט.
איך האָב אַנטדעקט, אַז עזה איז אַ פֿאַרביקע שטאָט, צוליב אַ סך בלומען. צו מײַן חידוש, האָב איך דערזען דעם נײַעם שיינעם רעסטאָראַן „קאַסטילאָ‟, וועלכער האָט זיך געעפֿנט נאָך דער מלחמה. ווען מיר האָבן באַזוכט דעם ראַיאָן שעדזשאַיִאַ, וווּ עס זענען פֿאָרגעקומען שווערע שלאַכטן בעת דער מלחמה, האָב איך אָבער דערזען גאָר אַן אַנדער בילד: יעדע גאַס פֿול מיט חורבֿות. איין אָרט האָט אויסגעזען ווי אַ לאַבירינט פֿון אינגאַנצן צעשטערטע בנינים. דרײַ יונגע־לײַט האָבן מיך אָפּגעפֿירט אין אַ צעמענט־מיקלט; אַן עלטערע פֿרוי האָט מיך מכבד געווען מיט אַ הייסער טיי, און דער 25־יאָריקער מוכאַמאַד עדזשלאַ האָט מיר דעציילט, אַז דער זעקס-שטאָקיקער בנין, וווּ ער האָט געוווינט מיט זײַן משפּחה, איז אינגאַנצן צעשטערט געוואָרן בעת דער מלחמה. הײַנט וווינט ער בײַ זײַנע קרובֿים און פּרוּווט צו פֿאַרקויפֿן זײַן פֿרויס באַצירונגען, כּדי דורכצומאַכן אַ טאָג.
ווער איז שולדיק אינעם קאָפֿליקט, האָב איך געפֿרעגט די יונגע־לײַט? עדזשלאַ האָט געענטפֿערט, אַז אַלע — ישׂראל, „כאַמאַס‟ און אַבו מאַזען — טראָגן דאָס אַחריות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.