די „דאַיאַ‟ האָט אין נאָמען פֿון אַלע ייִדישע אינסטיטוציעס אויסגעדריקט איר פּראָטעסט, װאָס אַ ריכטער האָט דערלויבט דעם נאַצישן פּאַרטיי „פֿאָן פֿון די שכנים‟ צוצושטעלן אַ רשימה פֿאַר די קומענדיקע װאַלן אין דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס. איר אָנפֿירער איז דער באַקאַנטער אַרגענטינער נאַצי, אַלעכאַנדראָ ביאָנדיני. עס רופֿט די אויפֿמערקזאַמקייט, װאָס די דעמאָקראַטישע פּאַרטייען האָבן זיך װעגן דעם ענין נישט אַרויסגעזאָגט.
דער האַרבסט־פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע פֿילמען איז דערעפֿנט געװאָרן דעם 4טן און ביז דעם 10טן יוני, האָט דער עולם געקענט געניסן פֿון 11 פֿילמען, און 2 קורצפֿילמען. די װעלכע האָבן מער אויסגענומען בײַם עולם, זײַנען געװען דער איטאַליענישער פֿילם „געשפּענסט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט‟, װאָס װײַזט װאָס עס טראַכטן הײַנט־צו־טאָג משפּחות פֿון נאַצי־מערדערס, און „בית לחם‟, דער ישׂראלדיקער פֿילם, װאָס באַשרײַבט די באַציִונגען פֿון אַ שפּיאָן פֿונעם „מוסד‟ און זײַן אַראַבישן אינפֿאָרמאַנט.
דער „חורבן־מוזיי‟ האָט דינסטיק, דעם 9טן יוני, פֿאָרגעשטעלט דעם קורס „ליטעראַטור און חורבן‟, װאָס די לעקטאָרינס אַנגעלאַ װאַקסמאַן און תּמרה רײַטשיק װעלן אַנטװיקלען במשך פֿון 10 לעקציעס. בערלין, װאַרשע און פּאַריז װעלן זײַן די שטעט, אין װעלכע עס זײַנען געשאַפֿן געװאָרן די טעקסטן, װאָס װעלן באַהאַנדלט װערן פֿון אַ היסטאָרישער און ליטעראַרישער פּערספּעקטיװ אינעם קורס.
דער װעטעראַן פֿון דער ייִדישער בינע מאַקס בערלינער, װאָס איז 95 יאָר אַלט, איז אויפֿגעטראָטן שבת דעם 6טן יוני, מיט זײַן ספּעקטאַקל מיט טעקסטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער געמיינדע „למרותּ הכּל‟. באַגלייט פֿון זײַן פֿרוי רחל לעבענאַס, האָבן די איבער 600 מענטשן, װאָס זײַנען בײַגעװען בײַ זייער קאָנצערט, האָבן גענאָסן פֿונעם ייִדישן װאָרט. קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס „די דאַמע מיטן הינטל‟ איז געװען דער הויכפּונקט פֿונעם אָװנט.
מיטװאָך, דעם 10טן יוני, איז פֿאָרגעקומען אין דעם מוניציפּאַלן צענטער פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס דער ערשטער צווישן־רעליגיעזער קאָנצערט, אָרגאַניזירט פֿון דעם סעקרעטאַריאַט פֿאַר רעליגיעזע ענינים. עס האָבן זיך באַטייליקט דער „אַרגענטינער גאָספּעל־כאָר‟. 100 זינגערס, װאָס האָבן פֿירגעבראַכט לידער פֿונעם אַמעריקאַנער קריסטלעכן ריטואַל, דער מוזיקאַלישער אַנסאַמבל „סופֿי האַלװעטי אָרדער‟, װאָס האָט פֿאָרגעשטעלט אָריענטאַלע טענץ און מוזיק, דער אָרקעסטער פֿון דער „טעכנישער אָרט־שול‟, װאָס האָט געשפּילט און געזונגען ייִדישע לידער, און דער כאָר פֿון דער געמיינדע „עמיחי‟. דער אַרײַנגאַנג איז געװען אַ פֿרײַער און דער עולם האָט באַדאַרפֿט זיך בײַשטײַערן מיט מאכלים, קאָנסערװן און מילך, װאָס װעט פֿאַרטיילט װערן אין אָרעמע געגנטן.
די „דאַיאַ‟ און דער פּאָפּולערער פֿוסבאָלקלוב „ריװער פּלייט‟ האָבן אונטערגעשריבן דינסטיק דעם 9טן יוני אַן אָפּמאַך, װאָס װעט דערמעגלעכן דורכצופֿירן אַ געמיינזאַמע אַרבעט אין דעם קלוב, אין זייערע דערציִונג־אַנשטאַלטן און בעת די פֿוסבאָל־פֿאַרמעסטן. מענטשנרעכט, אַנטיסעמיטיזם, חורבן און סאָלידאַריטעט זײַנען די ערשטע טעמעס פֿונעם סדר־היום.
אירענע דאַב איז באַערט געװאָרן אינעם פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס מיט דער אויסצייכענונג „ערן־בירגערין פֿון דער שטאָט‟, פֿאַר איר קאַמף פֿאַר דער מענטשלעכער װערדע. צו 5 יאָר איז זי פֿאַרשפּאַרט געװאָרן אין װאַרשעװער געטאָ. מען האָט זי פֿון דאָרט אַרויסגעשמוגלט, און זי האָט באַדאַרפֿט רופֿן „מומע‟ אַן אומבאַקאַנטע פֿרוי אין אַ דאָרף אַ 40 ק״מ פֿון װאַרשע. נאָכן קריג האָט זי זיך געטראָפֿן מיט די לעבן־געבליבענע פֿון איר משפּחה און זיי זײַנען געקומען װי קאַטאָליקן קיין אַרגענטינע, װײַל ייִדן האָבן לעגאַל נישט געקענט אַרײַנקומען. דאָ האָט זי באַשלאָסן װידמענען איר לעבן צו דערציילן אירע איבערלעבונגען פֿאַר תּלמידים פֿון אַרגענטינער שולן איבערן גאַנצן לאַנד. אין איר דאַנקװאָרט האָט זי װידער געשטעלט די פֿראַגע, װאָס גייט איר נאָך די גאַנצע צײַט: „פֿאַר װאָס איך יאָ און אַנדערע — ניין? אָבער לעבן איז כּדאי‟.
צװיי אַרגענטינער ייִדן, אַ טאַטע און זײַן זון, הוגאָ און מאַריאַנאָ כינקיס, װערן געזוכט פֿון „אינטערפּאָל‟ איבערן סקאַנדאַל, װאָס איז אויסגעבראָכן אין דער שװייץ איבער קאָרופּציע אין דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿוסבאָל־פֿעדעראַציע. זיי װערן באַשולדיקט אין צאָלן כאַבאַר צו באַקומען טעלעװיזיע־רעכט און אַנדערע געשעפֿטן, פֿאַרבונדן מיט אינטערנאַציאָנאַלע פֿוסבאָל־פֿאַרמעסטן. די אויספֿאָרשונגען האָבן זיך אָנגעהויבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דערװײַל האָט מען אַרעסטירט אין ציריך אַ 10 באַשולדיקטע, װאָס דאַרפֿן אויסגעליװערט װערן קיין אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.