דער „ייִדישער עקספּאָנענט‟, געגרינדעט אין פֿילאַדעלפֿיע אין 1887, איז די צווייט־עלטסטע ייִדישע צײַטונג אין אַמעריקע. אָבער ביזן דריטן יוני האָט די פֿאַרוואַלטונג אָפּגעזאָגט דער גאַנצער רעדאַקציע, בסך־הכּל פֿופֿצן זשורנאַליסטן און טעכנישע מיטאַרבעטער, כּדי צו שפּאָרן געלט און אפֿשר צו ראַטעווען די צײַטונג. די גאַנצע רעדאַקציאָנעלע אַרבעט וועט מען איבערגעבן דער פֿירמע „מיד־אַטלאַנטיק מעדיאַ‟ אין באַלטימאָר, וואָס פֿירט שוין אָן מיט עטלעכע ייִדישע צײַטונגען — אין וואַשינגטאָן, אין באַלטימאָר גופֿא, און אין פּיטסבורג.
דער „ייִדישער עקספּאָנענט‟ האָט געוווּנען פֿאַרשיידענע פּרעמיעס און אַלגעמיינע אָנערקענונג אין משך פֿון איר כּמעט 138־יאָריקער געשיכטע. אָבער אַזוי ווי אַ סך געדרוקטע צײַטונגען, איז דער טיראַזש שטענדיק געפֿאַלן די לעצטע יאָרן, און איצט האַלט מען בײַ 24,000 עקזעמפּלאַרן אַ וואָך. נאָך ערגער — דאָס געלט פֿאַר רעקלאַמעס איז אויך געפֿאַלן, ווײַל אַ סך געשעפֿטן זײַנען אַריבער רעקלאַמירן אין אינטערנעץ. דעריבער דערלייגט דער „ייִדישער עקספּאָנענט‟ יעדעס יאָר אַן ערך $300,000, אויפֿן חשבון פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון פֿילאַדעלפֿיע, וואָס איז דער בעל־הבית איבער דער צײַטונג. די פֿופֿצן מיטאַרבעטער האָט מען גאָרניט געזאָגט אין פֿאָרויס, מע האָט זיי פּשוט געשיקט בריוו מיט די נײַעס, אַז זייערע שטעלעס זײַנען עלימינירט געוואָרן.
געוויסע קאָמענטאַטאָרן האָבן טענות צו דער פֿעדעראַציע, וואָס איז אויף דעם אופֿן פּטור געוואָרן פֿון דעם גאַנצן צײַטונג־פּערסאָנאַל. „איך האַלט עס פֿאַר אַ גרויסן טעות‟, האָט געזאָגט אַ געוועזענער פֿירער פֿון דער פֿילאַדעלפֿיע־קהילה, בורט סיגעל. „דאָס איז אַ באַשלוס, וואָס דריקט אויס אַן אמתן אומפֿאַרשטאַנד פֿאַר דער קהילה‟. דער רעדאַקטאָר פֿונעם „דייטאָן ייִדישן אָבסערווירער‟, מאַרשאַל ווײַס, האָט זיך אויסגעדריקט: „נאָרמאַל הייסט הײַנט צו מאַכן ציגל אָן שטרוי‟ — מיט אַנדערע ווערטער, מאַכן אַ צײַטונג אָן דעם נייטיקן פּערסאָנאַל אויפֿן אָרט.
אָבער דער מאַרקעטינג־דירעקטאָר פֿון דער פֿעדעראַציע, סטיוו ראָזענבערג, האַלט עס פֿאַר אַ פּאָזיטיווע אַנטוויקלונג. די אַלטע צײַטונג האָט ניט „ריכטיק אויפֿגענומען די טעכנאָלאָגיע‟, כּדי צו פֿאַרדינען פֿון אינטערנעץ־רעקלאַמעס. „ס׳איז הײַנט ניט 1978, און די פֿירמעס זעען אַלצדינג אַנדערש‟. דערצו מיינט ער, אַז עס וועט גאָרניט שאַטן, וואָס דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג וועט וווינען אין באַלטימאָר. עס וועלן זײַן „מער שרײַבער אין פֿילאַדעלפֿיע, מע וועט זיך מער אָפּגעבן מיט לאָקאַלע געשעענישן און לאָקאַלע נײַעס‟.
דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון „מיד־אַטלאַנטיק מעדיאַ‟, קרייג בורק, האַלט אויך, אַז די פֿילאַדעלפֿיער דאַרפֿן זיך ניט זאָרגן וועגן דעם, אַז די צײַטונג איז מער ניט באַזירט אין זייער שטאָט. „גיט אונדז נאָר אַ ביסל צײַט אָנצושטעלן נײַע מיטאַרבעטער, גאָר אין גיכן וועלן מיר אַרויסגעבן אַ צײַטונג, וואָס איז אײַנגעוואָרצלט אינעם אָרט, מיט בעסערע אַרטיקלען, אויף אַ העכערן ניוואָ פֿון זשורנאַליזם‟.
אַ סך ייִדישע צײַטונגען ווערן געשטיצט דורך די אָרטיקע פֿעדעראַציעס, ווײַל זיי קענען אַליין ניט פֿאַרדינען גענוג פֿון די רעקלאַמעס און אַבאָנעמענטן. אַזוי באַקומען די פֿעדעראַציעס אַ געוויסע השפּעה אויפֿן אינהאַלט פֿון די צײַטונגען, און אַ מאָל ניצט מען זיי אויס ווי אַ מיטל צו שאַפֿן געלט פֿאַר די פֿעדעראַציעס גופֿא. דאָס קען שאַפֿן אַ געוויסע שפּאַנונג אין דער באַציִונג צווישן דער רעדאַקציע און דעם בעל־הבית — דער פֿעדעראַציע.
פֿון דעסטוועגן, זוכט מען פֿאַרשיידענע מיטלען, ווי אַזוי צו דערמעגלעכן ממשיך צו זײַן דעם ייִדישן זשורנאַליזם אונטער די שווערע עקאָנאָמישע באַדינגונגען, למשל, דורך אַ שותּפֿות צווישן צוויי צײַטונגען. דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ האָט אויך אַזאַ שותּפֿות — מיטן „ייִדישן זשורנאַל‟ פֿון מאַסאַטשוסעטס. „מיר איז אומעטיק אויפֿן האַרצן, וואָס מע האָט אָפּגעזאָגט די דאָזיקע גוטע זשורנאַליסטן‟, האָט דערקלערט דער ייִדישער מאַרקעטינג־מומחה סטיוו ראַבינאָוויץ. „אָבער אויב מע דאַרף טאָן אַזוי, כּדי צו ראַטעווען דעם ייִדישן זשורנאַליזם, איז דאָס אפֿשר אַ נייטיקער טראָט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.