דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט דזשיין פּעפּלער, אַ מוזיקערין פֿון צפֿון־קאַראָלײַנע, געוווּנען דעם ערשטן פּריז אינעם יערלעכן מעקסיקאַנער פֿאַרמעסט פֿון אַליין־געשאַפֿענע ייִדישע לידער, „דער ייִדישער אײַדאָל‟, פֿאַר איר ליד, „איך קען שוין ניט מיטהאַלטן‟. בעקי קאָכאָקאַרו, פֿון מעקסיקע, האָט געוווּנען דעם צווייטן פּריז.
פּעפּלערס ליד דריקט אויס די געפֿילן פֿון איינעם, וואָס פֿילט זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. „די מעלאָדיע וואָלט איך באַצייכנט ווי אַ געמיש פֿון ייִדישער און קעלטישער פֿאָלקסמוזיק,‟ האָט פּעפּלער געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „דאָס איז נישט קיין חידוש, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז איך האָב 30 יאָר לאַנג געשפּילט אין אַ קעלטישער גרופּע.‟
דזשיין פּעפּלער (רעכטס) זינגט איר ליד, „איך קען שוין ניט מיטהאַלטן‟
„דער ייִדישער אײַדאָל‟, אַ קאָנקורס אויפֿן סמך פֿון דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם American Idol, ווערט אָרגאַניזירט דורך אַ גרופּע ליבהאָבער פֿון ייִדיש אין דער שטאָט מעקסיקע, כּדי צו אינספּירירן מענטשן זיך צו דערנענטערן צום ייִדישן ליד און וואָרט.
אין אַ צווייטער קאַטעגאָריע — לידער, וווּ דער מחבר האָט צוגעפּאַסט אַן אייגענעם טעקסט צו שוין־עקזיסטירנדיקע מעלאָדיעס — האָבן געוווּנען מאַרטין קעטשע און קריסטינע וואָן באָלאָוו, פֿון דײַטשלאַנד, פֿאַר זייער ליד „אַן אַלטער שיכּור‟, און לייבל באָטוויניק פֿון ישׂראל פֿאַר זײַן ליד „דאָלאַרן‟.
„דער ׳אײַדאָל׳ איז הײַיאָר געווען 100% בעסער ווי אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, ווײַל דאָס מאָל האָבן זיך באַטייליקט מענטשן פֿון אַנדערע לענדער אויך,‟ האָט באַמערקט סילוויע ביאַליק, וואָס האָט, אין איינעם מיט אַלבערטאָ שאַקראַ, בראָניע נאָסניק און נחמה סמאָלענסקי, אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג. הײַיאָר זענען די אָנטיילנעמער געקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד און אַרגענטינע. דער קאָנפֿעראַנסיע, מיטש סמאָלקין, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער פּראָגראַם אין דער „בית־אל סינאַגאָגע‟, איז געקומען פֿון קאַנאַדע.
דערצו איז דער עולם געווען אַ סך גרעסער. „פֿאַראַיאָרן זענען אין זאַל געזעסן אַרום 240 מענטשן, אָבער דאָס מאָל — בערך 400,‟ האָט ביאַליק געזאָגט.
„מיר, די באַטייליקטע, האָבן צווישן זיך גערעדט וועגן דעם, אַז אונדזערע קרובֿים און פֿרײַנד אין דער היים זענען געווען גאָר איבערראַשט צו הערן, אַז די אונטערנעמונג קומט פֿאָר אין מעקסיקע, אָדער אַז מענטשן האָבן דאָרט בכלל אַן אינטערעס אין דער ייִדישער שפּראַך,‟ האָט פּעפּלער געזאָגט. „מיר דאַכט זיך, אַז דער פֿאַרמעסט איז, צום טייל, אַ מיטל צו לאָזן דער וועלט וויסן: ׳מיר זײַנען דאָ!׳.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.