די דײַטשן, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, זענען אַ סך מער גענייגט צו האָבן נעגאַטיווע מיינונגען וועגן די ייִדן ביזן הײַנטיקן טאָג, אין פֿאַרגלײַך מיט זייערע ייִנגערע לאַנדסלײַט, גיט איבער אַ נײַע שטודיע וועגן אַנטיסעמיטיזם אין דײַטשלאַנד.
די פֿאָרשער האָבן אויסגעדריקט איבערראַשונג וועגן די רעזולטאַטן, ווײַל אַ גרויסע צאָל פֿון די באַטייליקטע אין דער שטודיע זענען געווען בלויז זעקס יאָר אַלט אין 1945, ווען דער נאַצי־רעזשים איז באַזײַטיקט געוואָרן.
די שטודיע, פּובליקירט מאָנטיק דורך אַ גרופּע אַמעריקאַנער און שווייצער פֿאָרשער, האָט אַנטדעקט, אַז די אַנטיסעמיטישע שטעלונגען זענען געווען זייער שטאַרק צווישן יענע דײַטשן, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן אין די ראַיאָנען פֿון לאַנד, וואָס זענען געווען באַקאַנט פֿאַר זייער אַנטיסעמיטיזם נאָך איידער היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, האָט איבערגעגעבן די „איי־פּי‟.
לויט דער שטודיע, וואָס האָט אַנאַליזירט די רעזולטאַטן פֿון די אַנקעטעס, דורכגעפֿירט אין 1996 און 2006, האָט די נאַצי־פּראָפּאַגאַנדע געהאַט אַ גאָר שטאַרקע ווירקונג אויף מענטשן, בפֿרט ווען עס האָט געשטימט מיט שוין־עקזיסטירנדיקע מיינונגען. 12% פֿון די מענער, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין די 1930ער יאָרן — און זענען איצט אַלט אין די 70ער און 80ער — זענען געווען אין דער ראַסיסטישסטער קאַטעגאָריע, אין פֿאַרגלײַך מיט 4% פֿון דער דײַטשער באַפֿעלקערונג בכלל.
„ס׳איז נישט בלויז אַ באַווײַז, אַז די נאַציסטישע לערע האָט געהאַט אַ שטאַרקן עפֿעקט, ווײַל מיר ווייסן שוין, אַז ווען מענטשן לעבן איבער זייערע קינדער־יאָרן אונטער אַ טאָטאַליטאַרישן רעזשים, ווירקט עס שטאַרק אויף זיי,‟ האָט דערקלערט האַנס־יאָאַכים וואָט, פֿונעם ציריכער אוניווערסיטעט, און איינער פֿון די מחברים פֿון דער שטודיע. „דער חידוש איז, אַז די עפֿעקטן פֿון דער פּראָפּאַגאַנדע בלײַבן שוין אויפֿן גאַנצן לעבן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.