ווען אַ פֿאָרשטייער פֿון דער שוועדישער פֿאַרזיכערונג־פֿירמע האָט פֿאַראַכטאָג איבערגעגעבן דער ישׂראלדיקער טור־פֿירמע „אשת‟, אַז ער אַנולירט דעם פּלאַן צו אָרגאַניזירן אַ רײַזע פֿאַר די אַרבעטער קיין ישׂראל, איז די סיבה געווען קלאָר. „זיי האָבן געזאָגט, אַז ס׳איז נישט קיין זיכער אָרט,‟ האָט אמון בר־דוד, דער הויפּט פֿון „אשת‟, געזאָגט.
ווען דאָס וואָלט געווען דער איינציקער פֿאַל, וואָלט „אשת‟ נישט געליטן פֿון דעם פֿאַרלוסט פֿון $200,000, אָבער די טור־פֿירמע האָט מיט עטלעכע טעג פֿריִער פֿאַרלוירן אַ מיליאָן־דאָלאַרדיקע רעזערוואַציע פֿון אַ גרויסער אַמעריקאַנער שפּײַז־קאָמפּאַניע, וואָס האָט געזאָלט שיקן זייערע פֿעיִקסטע פֿאַרקויפֿער קיין ישׂראל. „זיי האָבן מיר געזאָגט, אַז איצט וואָלט געווען שווער איבערצוצײַגן זייערע אָנגעשטעלטע צו פֿאָרן קיין ישׂראל,‟ האָט בר־דוד געזאָגט.
לויט דעם צענטראַלן סטאַטיסטיק־ביוראָ, איז במשך פֿון די ערשטע פֿינף חדשים פֿון 2015 פֿאָרגעקומען אַ 17%־יקע ירידה אין טוריזם, אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן — דאָס נידעריקסטע אין פֿינף יאָר — אַפֿילו בשעת דעם פּסח־פּאַסכע־סעזאָן.
הגם די לאַנג־דויערנדיקע מלחמה אין עזה — 50 טעג — איז זיכער אַ פֿאַקטאָר אין דער ירידה, זענען דאָ אַנדערע סיבות אויך, האָט בן־דוד געזאָגט: „יעדעס מאָל וואָס איראַן אָדער ׳כעזבאָלאַ׳ דערקלערט, אַז זיי ווילן באַשיסן ישׂראל מיט ראַקעטן, יעדעס מאָל וואָס עס קומט אַרויס אַן אַרטיקל וועגן ISIS, מוטיקט עס אָפּ מענטשן פֿון פֿאָרן קיין ישׂראל.‟
יוסי פֿישער, אַ טוריזם־עקספּערט, זאָגט, אַז ישׂראל דאַרף אָנהייבן זוכן נײַע קוואַלן פֿון טוריסטן. „אונדזער אינדוסטריע האָט זיך ביז איצט פֿאַרלאָזט אויף טוריסטן פֿון רוסלאַנד און צפֿון־אַמעריקע, אָבער אין אייראָפּע געפֿינען זיך אַ סך לענדער מיט אַ פּאָטענציעלן אינטערעס צו פֿאָרן קיין ישׂראל, אַזוי ווי פּוילן, וואָס איז אַ קאַטויליש לאַנד, און אונגערן און די טשעכישע רעפּובליק, וואָס זענען בכלל נישט אַנטי־ישׂראל,‟ האָט פֿישער געזאָגט.
אלי גונן, דער פּרעזידענט פֿון דער „ישׂראלדיקער האָטעל־אַסאָציאַציע‟ זאָגט, אַז געוויסע מענטשן האָבן פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל אַראָפּלאָזן די האָטעל־פּרײַזן, כּדי צוצוציִען טוריסטן, אָבער ער איז נישט מסכּים מיט אַזאַ פּלאַן. „בײַ די אויסלענדישע טוריסטן, איז דער פּרײַז פֿון אַ האָטעל נישט די סיבה פֿאַר וואָס זיי קומען נישט,‟ האָט ער געזאָגט. „אונדזער הויפּט־פּראָבלעם איז אונדזער אימאַזש.‟
דער טוריזם־מיניסטער ייריבֿ לעווין, זאָגט, אַז דער ציל דאַרף איצט זײַן צו פּראָיעקטירן אַ מער פּאָזיטיווע שילדערונג פֿון ישׂראל. „ווי עס זאָל נישט זײַן, בין איך זיכער, אַז די שווערסטע צײַטן זענען שוין פֿאַרבײַ,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.