מיט עטלעכע טעג צוריק, האָבן די דזשיהאַדיסטישע אויפֿשטענדלער אין סיריע אויסגעהרגעט צום ווייניקסטן 20 דרוזן נישט ווײַט פֿון דער ישׂראלדיקער גרענעץ. ווי אַן ענטפֿער, האָבן די דרוזישע תּושבֿים פֿון כורפֿייש, אַ דאָרף אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון ישׂראל, זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ דעמאָנסטראַציע מיט פֿיר־פֿאַרביקע „רעגנבויגנדיקע‟ פֿאָנען, וואָס סימבאָליזירן זייער רעליגיעזע עדה, און האָבן צוגעזאָגט צו טאָן אַלץ, כּדי צו ראַטעווען זייערע ברידער.
צוזאַמען מיט די אַנדערע דרוזן, וואָס וווינען אין פֿאַרשיידענע ישׂראלדיקע שטעט און דערפֿער, האָבן די אײַנוווינער פֿון כורפֿייש געזאַמלט אַ ראַטיר־פֿאָנד אויף אַ סומע פֿון בערך 2.6 מיליאָן דאָלאַר. די תּושבֿים פֿונעם דערמאָנטן אָרט, וווּ דער פּראָצענט מיליטער־לײַט און פּאָליציאַנטן איז דער גרעסטער אינעם לאַנד, האָבן אויך געפֿאָדערט בײַ דער ישׂראלדיקער רעגירונג צו העלפֿן די דרוזן, ווײַל כּמעט אַלע דרוזישע מענער אין ישׂראל דינען אין צה״ל. בסך־הכּל, באַטרעפֿט די דרוזישע באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד אַרום 130,000 נפֿשות. די תּושבֿים פֿונעם דאָרף פֿאַרשפּרייטן איצט זייער רוף אין אַנדערע ערטער, בעטנדיק בײַ די דרוזן צו שטיצן זייער פֿאָדערונג.
די 57־יאָריקע שאַמשי אַמר האָט איבערגעגעבן, אַז צוזאַמען מיט איר מאַן האָט זי אויסגעטיילט 200 דאָלאַר, כּדי צו העלפֿן די סירישע דרוזן — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס פֿאַר אַ געוועזענער שול־אויפֿראַמערין איז עס אַ גרויסע סומע. אַמר האָט צוגעגעבן, אַז זי פֿאָדערט אויף בײַ דער ישׂראלדיקער רעגירונג זיך אַרײַנצומישן אינעם סירישן קאָנפֿליקט, כּדי אָפּצושטעלן דעם גענאָציד פֿון די דרוזן.
די אייגנאַרטיקע רעליגיע פֿון די דרוזן האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ מיסטישע באַוועגונג אינעם שיִיִטישן איסלאַם בערך אינעם 10טן יאָרהונדערט. אַ סך עלעמענטן פֿון זייער אמונה בלײַבן נאָך אַלץ אַ טיפֿער סוד, וואָס די גײַסטיקע מנהיגים באַהאַלטן אויס פֿון די פּשוטע אָנהענגער פֿון דער עדה. ס׳רובֿ דרוזן וווינען אין ישׂראל, סיריע, לבֿנון און יאָרדאַניע. לויט זייער מינהג, פֿירן זיי זיך אויף אין יעדעס לאַנד ווי געטרײַע פּאַטריאָטן און סאָלדאַטן. אין סיריע האָבן זיי אויך געטרײַ געדינט דער רעגירונג פֿונעם פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד. הײַנט, צוליב דעם בירגער־קריג, דראָט זיי אָבער אַ סכּנה פֿון גענאָציד. די איסלאַמיסטישע מיליטאַנטן ווילן אויסהרגענען די דרוזן, האַלטנדיק זיי פֿאַר געפֿערלעכע „אַפּיקורסים‟ און סאָלדאַטן פֿון דער שׂונא־אַרמיי.
די אַנומלטיקע שחיטה פֿון סירישע דרוזן איז אויסגעבראָכן דעם 11טן יוני. דאָס אַחריות דערפֿאַר האָבן געטראָגן מיטגלידער פֿון דער מיליטאַנטישער אָרגאַניזאַציע „נוסראַ־פֿראָנט‟, וואָס האָט אַ שײַכות צו דער טעראָריסטישער „אַל־קײַדאַ‟. מיט צוויי טעג שפּעטער, האָט די אָרגאַניזאַציע געבעטן מחילה און צוגעזאָגט צו פֿאַרמישפּטן די שולדיקע, לויטן מוסולמענישן געזעץ. די דרוזן אַליין גלייבן אָבער נישט, אַז די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט עס ערנסט געמיינט. די אַנאַליטיקער האָבן באַמערקט, אַז דער „נוסראַ־פֿראָנט‟ נייטיקט זיך אין דער דרויסנדיקער הילף און דערפֿאַר שטרעבט זי זיך צו פֿירן מער מענטשלעך. אַזוי צי אַזוי, איז זיכער, אַז די מיליטאַנטן פֿון „אײַסיס‟, וואָס דערנענטערן זיך איצט צו די דרוזישע דערפֿער אין דער סירישער פּראָווינץ אידליב, האָבן אויף די דרוזן נישט קיין רחמנות.
דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, האָבן אַ ריי קוואַלן איבערגעגעבן, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט שטילערהייט געשטיצט די סירישע אויפֿשטענדלער, אַרײַנגערעכנט דעם דערמאָנטן „נוסראַ־פֿראָנט‟. אין נאָוועמבער, איז אַ גרופּע ישׂראלדיקע דרוזן אויפֿגעטראָטן מיט אַ פּראָטעסט קעגן אַזאַ קאָאָפּעראַציע, וואָס האָט צו טאָן, ווי עס האַלטן די פּאָליטישע אַנאַליטיקיר, מיט דער פֿאַרבינדונג צווישן דער סירישער רעגירונג און איראַן. ס׳זעט אויס, אַז די ישׂראלדיקע מיליטערישע סטראַטעגן באַטראַכטן די סוניטישע אויפֿשטענדלער ווי אַ נוצלעכן קעגן־כּוח, נישט געקוקט אויף זייער עקסטרעמיזם און טעראָריסטישע אַקציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.