ווי באַקאַנט, האָט דעם 17טן יוני אַ ווײַסער יונגערמאַן זיך אַרײַנגעריסן אינעם אַפֿריקאַנער מעטאָדיסטישן עפּיסקאָפּאַלער קלויסטער „עמנואל‟ אין טשאַרלסטאָן, צפֿון־קאַראָלײַנע, און דערשאָסן נײַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אויף טויט. דער דאָזיקער שרעקלעכער אינצידענט, וואָס דער אַמעריקאַנער יוסטיציע־דעפּאַרטאַמענט באַטראַכט ווי אַ מעגלעכן אַקט פֿון ראַסיסטישן טעראָריזם, האָט ווידער געוויזן, אַז ס׳איז באַזונדערס שווער צו פֿאַרזיכערן די רעליגיעזע בנינים פֿון גוואַלד־אַטאַקן.
אין פֿאַרגלײַך מיט די שילן, מוזן די קלויסטערס בלײַבן אָפֿן און צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען, כּדי אויסצופֿירן זייער רעליגיעזע מיסיע. צוליב דעם, אויב אַפֿילו מע ווייסט גאַנץ קלאָר, אַז אַ געוויסער בנין געפֿינט זיך אין אַ סכּנה פֿון אַ מעגלעכן אָנפֿאַל, איגנאָרירט מען אָפֿט אין אַמעריקע דעם דאָזיקן חשד. דער היסטאָרישער שוואַרצער קלויסטער, וווּ די מאַסן־שיסערײַ איז אויסגעבראָכן, איז פֿעסט פֿאַרבונדן מיטן קאַמף פֿאַר די בירגערלעכע רעכט; פֿאַר די ווײַסע ראַסיסטן איז עס אַ בפֿירושע צילברעט.
פֿונדעסטוועגן, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל שילן אין מערבֿ־אייראָפּע, וואָס זענען באַוואַכט פֿון מעגלעכע טעראָר־אָנפֿאַלן און לאָזן אַרײַן בלויז זייערע מיטגלידער, שטייען ס׳רובֿ קלויסטערס אומפֿאַרזיכערט. להיפּוך צו די ייִדן, וואָס פֿאַרנעמען זיך נישט מיט דער מיסיאָנערישער טעטיקייט, גלייבן די קריסטן, אַז זיי טאָרן נישט פֿאַרמאַכן די טירן אַפֿילו פֿאַר די צווייפֿלהאַפֿטיקע פּאַרשוינען.
משה גרינשפּאַן, אַ פֿרומער 44־יאָריקע ייִד פֿון ישׂראל, האָט נישט לאַנג צוריק געגרינדעט אַ פֿירמע, וואָס שלאָגט פֿאָר אַ מעגלעכע לייזונג פֿאַר דער דאָזיקער פּראָבלעם. אין צוגאָב צו זײַן תּל־אָבֿיבֿער זיכערהייט־קאָמפּאַניע Face-Six, האָט ער הײַיאָר געשאַפֿן אַן ענלעכע סיסטעם ספּעציעל פֿאַר די קלויסטערס, מיטן נאָמען Churchix. דאָס פּנים פֿון יעדן מענטש, וואָס קומט אַרײַן אין אַ קלויסטער, ווערט פֿאַרגעדענקט און אַנאַליזירט דורך קאָמפּיוטעריזירטע ווידעאָ־קאַמערעס.
לכתּחילה, האָט גרינשפּאַן צוגעטראַכט זײַן סיסטעם צוליב סטאַטיסטישע חשבונות. זײַן פֿאָרשונג האָט זיך אָנגעהויבן פֿון קינאָ־ענטוזיאַזם; ער האָט געוואָלט שאַפֿן אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס זאָל אויטאָמאַטיש דערקענער די פּנימער פֿון די אַקטיאָרן און דערמאָנען די צוקוקער זייערע נעמען און ביאָגראַפֿיעס.
אין גיכן האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז די סיסטעם איז גאַנץ נוצלעך פֿאַר זיכערהייט־צוועקן. למשל, איין קלויסטער האָט אַרײַנגעשריבן אינעם קאָמפּיוטער די אינפֿאָרמאַציע וועגן סעקסועלע פֿאַרברעכער. באַלד האָט מען זיך דערוווּסט, אַז אַזאַ פּאַרשוין האָט זיך דאָרטן טאַקע באַוויזן.
די פּאָליציי פֿאַרדעכטיקט אין דער קלויסטער־שיסערײַ דעם 21־יאָריקן דילאַן רוף. עס קאָן זײַן, אַז דער מערדער איז פֿאַרבונדן מיט ראַסיסטישע האַס־גרופּעס; מע האָט אַנטדעקט פֿאָטאָגראַפֿיעס, אויף וועלכע דער פֿאַרדעכטיקטער טראָגט אַ בגד מיט סימבאָלן פֿון ראָדעזיע און דעם דרום־אַפֿריקאַנער אַפּאַרטהייד. אויב דער קלויסטער וואָלט אַרײַנגעשטעלט אין דער קאָמפּיוטערישער זיכערהייט־סיסטעם אַ רשימה פֿון באַקאַנטע ראַסיסטישע עקסטרעמיסטן, וואָלט מען געקאָנט ממשותדיק פֿאַרמינערן די סכּנה פֿון אַזעלכע אַטאַקן.
גרינשפּאַן האָט זיך אָפּגעזאָגט צו ברענגען אַ קאָנקרעטן בײַשפּיל פֿון אַ קלויסטער, וווּ זײַן סיסטעם ווערט גענוצט, ווײַל די אַקטיוויסטן קאָנען באַשולדיקן זײַנע קליענטן אינעם שפּיאָנירן איבער די מענטשן, וואָס ווילן נישט מפֿרסם זײַן זייער פּריוואַט לעבן. דער גרינדער פֿון דער פֿירמע האָט אָבער באַמערקט, אַז זײַן סיסטעם באַדינט שוין געוויסע גרויסע אַמעריקאַנער קלויסטערס, וואָס באַזוכן אַ סך טויזנטער מענטשן. ער האָט צוגעגעבן, אַז אין די שילן קאָן מען עס אויך אײַנפֿירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.