ניו־יאָרק. — דער בודזשעט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק אויפֿן יאָר 2016 וועט אַרײַננעמען 1.5 מיליאָן דאָלאַר צו העלפֿן די לעבן געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע געפֿינען זיך הײַנט אונטער דער אָרעמקייט־ליניע.
דער 78.5 ביליאָן־דאָלאַרדיקער בודזשעט פֿאַר דער שטאָט, וואָס איז מאָנטיק אָנגענומען געוואָרן, שליסט אײַן מער ווי 25 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר עלטערע לײַט בכלל.
The Survivor Initiative [איניציאַטיוו פֿאַר די לעבן־געבליבענע], אַ 3־יאָריקע וואָלונטירן־אָרגאַניזאַציע, וואָס זאַמלט געלט און פּריידיקט די וויכטיקייט פֿון פֿאַרזיכערן, אַז די שארית־הפּליטה זאָל אויסלעבן אירע לעצטע יאָרן אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן, האָט געדריקט אויף דער שטאָט צו באַשטימען 1.5 מיליאָן דאָלאַר לטובֿת די אָרטיקע לעבן געבליבענע ייִדן.
צווישן די יאָרן 2005 און 2008 האָט די שטאָט יעדעס יאָר באַשטימט געוויסע פֿאָנדן פֿאַר באַדינונגען פֿאַר דער שארית־הפּליטה, אָבער מע האָט עס אָפּגעשאַפֿן ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער עקאָנאָמישער ירידה.
אין ניו־יאָרק העלפֿט די אָרגאַניזאַציע The Survivor Initiative פֿינאַנצירן פֿאַרשידענע באַדינונגען פֿאַר די לעבן געבליבענע: לעגאַלע הילף, מזומן־אויסטיילונגען, באַהאַנדלונג פֿאַר עמאָציאָנעלע און גײַסטיקע פּראָבלעמען, היים־באַדינונג און שטיצע פֿאַר די לעצטע חדשים פֿון מסוכּן־קראַנקע לײַט. אַלע באַדינונגען ווערן דורכגעפֿירט דורך דער ניו־יאָרקער פֿעדעראַציע.
אַקטיוויסטן פֿאַר דער שארית־הפּליטה טענהן, אַז די ייִדן דאַרפֿן, דורכשניטלעך, $5,000 אַ יאָר, כּדי צו דעקן די בלויזן אין מעדיצינישע, שפּײַז־ און נויטפֿאַל־באַדינונגען. די ניו־יאָרקער פֿעדעראַציע באַדינט בערך 13,000 לעבן געבליבענע.
לויט The Survivor Initiative, האָבן בערך אַ העלפֿט פֿון די 64,000 לעבן געבליבענע אין דער שטאָט ניו־יאָרק אַ הכנסה פֿון ווייניקער ווי $11,000 אַ יאָר, און זייער דורכשניטלעכער עלטער איז 83 יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.