אַ מוסטער פֿון געטרײַשאַפֿט צום אָנדענק

An Example of Loyalty to Memory


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 26, 2015, issue of July 24, 2015.

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5


אַז מע פֿאָרט איבער דער בריק אַרײַן אין דער קאַרפּאַטן־שטאָט מוקאַטשעוו (מונקאַטש), וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ מאָדנער אָביעקט, וואָס האָט זיך גאָר נישט לאַנג דאָרט באַוויזן. אַ ייִדישער בית־עולם? ס‘איז דאָך יאָרן לאַנג געווען אויף דעם זעלבן אָרט אַ אויטאָבאַזע; איבערן שטח האָט זיך געשפּרייט אַ טראָנספּאָרט־בריק, און לעבן אים — האָבן זיך געצויגן אײַזנבאַן־רעלסן. דערנאָך איז דאָ געווען אַ געצאָלטע אויטאָ־סטאַנציע… אָבער פֿון וואַנען האָט זיך איצט גענומען דער בית־עולם?

די מעשׂה איז אַזאַ: פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז טאַקע אויף דעם אָרט געווען אַן אַלטער בית־עולם. ווען מערבֿ־אוקראַיִנע איז געוואָרן סאָוועטיש, האָט די נײַע מאַכט באַשלאָסן אָפּצורייניקן די טעריטאָריע פֿון מצבֿות און אַנדער מיסט, אַלץ אָפּגעווישט מיט אַ בולדאָזער, אַז קיין שפּור זאָל נישט בלײַבן, און אויפֿגעשטעלט דאָרט אַ ריזיקע אויטאָבאַזע — אַ וויכטיקער אָביעקט פֿאַר דער אָרטיקער ווירטשאַפֿט.

איין קלייניקייט, אויף דעם זעלבן בית־עולם זײַנען געווען אויך באַגראָבן די ייִדן, וואָס די נאַציס האָבן זיי בעת דער אָקופּאַציע דערשאָסן. אָבער וועמען אַרט עס?..

עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז ס׳איז דאָ אַזאַ מענטש, וואָס אים האָט די באַרבאַרישע באַציִונג צו אַ הייליק אָרט און אָנדענק נאָך די קדושים, נישט געגעבן קיין רו.

אין 2014 האָט דער אַמעריקאַנער בירגער, אַלעקס ראָווט, אָפּגעקויפֿט דעם שטח און געשיקט אַהין ספּעציאַליסטן, וואָס האָבן איבערגעגראָבן די ערד, אויסגעפֿונען די פֿאַרבליבענע מצבֿות און רעשטלעך פֿון זיי, און אידענטיפֿיצירט די נעמען, וווּ עס האָט זיך געלאָזט. הײַנט זעט דער אַמאָליקער בית־עולם אויס ווי אַ מעמאָריאַל־אָרט, אַזוי ווי איר זעט עס אויף די בילדער.

ווער זשע איז ער, דער ברייט־האַרציקער ייִד, און וואָס האָט אים געבראַכט דווקא צו דעם קאַרפּאַטן־ווינקעלע?

ער איז געבוירן געוואָרן אין מונקאַטש אין 1952, ווי אַלכּסנדר קיסילעוו. זײַן טאַטע איז געווען דער דירעקטאָר פֿון דער אָרטיקער טריקאָטאַזש־פֿאַבריק, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דעם בית־עולם. פֿאַרענדיקט דעם האַנדל־עקאָנאָמישן אינסטיטוט אין לעמבערג, איז דער יונגער קיסילעוו געפֿאָרן קיין אונגערן זוכן דאָרט מזל. אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ פּשוטער טרעגער, איז ער מיט צוואַנציק יאָר שפּעטער געוואָרן דער באַלעבאָס פֿון דער גרעסטער אונטערנעמונג, וואָס פּראָדוצירט מיניראַל־באַגיטיקונגען. ער וווינט מיט זײַן משפּחה אין אַמעריקע, און זײַן פֿאַרמעגן ווערט אָפּגעשאַצט אין 1,2 ביליאָן דאָלאַר. צומאָל קאָן מען פֿון אים הערן, אַז ער האָט זיך ספּעציעל געקויפֿט אַ וואָלקן־קראַצער, צו קאָנען רויִק אויסרייכערן אַ ציגאַר, זײַן ווײַב זאָל נישט וויסן.

פֿאַר דער מלחמה איז מונקאַטש געווען אַ היפּשער ייִדישער צענטער אין מערבֿ־אוקראַיִנע, באַקאַנט מיט דער רביישער דינאַסטיע מונקאַטש, אין שפּיץ מיט חיים־לייזער שׂפּירא. הײַנט וווינען דאָרט בערך 600־700 ייִדן.

די אַרבעט אויפֿצושטעלן דעם מעמאָריאַל־בית־עולם גייט אָן ווײַטער. דערווײַל איז דאָס אָרט פֿאַרמאַכט פֿאַר די באַזוכער. מע קאָן זיך שוין אָבער פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי עס וועט אין גיכן אויסזען.