הרבֿ צבֿי־הירש טעלזנער, דער הױפּט־רבֿ פֿונעם מעלבורנער ישיבֿה־צענטער, האָט פֿריִער געזאָגט, אַז ער װעט נישט קומען פֿאַר דער שטאַטישער מענטשן־רעכט קאָמיסיע אין װיקטאָריע נאָך דעם, װי אײנער פֿון די מתפּללים פֿונעם ישיבֿה־צענטער האָט אים געלאַדן קומען פֿאַר דער קאָמיסיע. איצט זאָגט ער, אַז ער װעט יאָ קומען.
דער אָנקלאָגער טענהט, אַז ער האָט געזאָגט הרבֿ טעלזנער, אַז ער האָט באַקומען אַן אינטערװענץ־אָרדענונג פֿון דער מענטשן־רעכט קאָמיסיע און האָט אים געבעטן, ער זאָל העלפֿן אײַנפֿירן אַן אָרדענונג קעגן דער מאַרגינאַליזאַציע פֿון די געליטענע פֿון סעקסועלע מיסברױכן קעגן קינדער צװישן די מיטגלידער פֿונעם צענטער און זײערע משפּחות. ער טענהט אויך, אַז הרבֿ טעלזנערס ענטפֿער איז געװען צו פֿרעגן אים, צי ער האָט געבעטן דערלױבעניש בײַ אַ רבֿ, אײדער ער איז געגאַנגען צו דער קאָמיסיע.
דער אָנקלאָגער זאָגט, אַז דער ענין איז טאַקע געװען אַ פֿראַגע פֿון לעבן און טױט פֿאַר די געליטענע און זײערע משפּחות, בעת דער ענין פֿון די רעאַקציעס פֿון דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון די מעלבורנער און די סידנעיער ישיבֿות צו די באַשולדיקונגען, אַז סעקסועלע מיסברױכן זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן קינדער אינעם רשות פֿון בײדע ישיבֿה־טאָגשולן, איז באַהאַנדלט געװאָרן פֿאַר דער קאָמיסיע. ער זאָגט, אַז הרבֿ טעלזנער האָט אים געזאָגט מיט קלאָרע דיבורים, אַז צו גײן צו דער קאָמיסיע אָנעם געשריבענעם דערלױבעניש פֿון אַן אָרטאָדאָקסישן רבֿ איז אַ חטא, און אַז מע טאָר דאָס נישט טאָן. דער ענין פֿונעם צוגאַנג פֿון די מיטגלידער פֿון די צװײ ישיבֿות צו די געליטענע, װעלכע האָבן זיך באַקלאָגט פֿאַר דער פּאָליצײ װעגן די מיסברױכן און זײערע משפּחות איז נאָך נישט באַשטעטיקט געװאָרן.
דזשאָן װאַקסמאַן, אַ סידנעיער אײַנװױנער, אַ װעטעראַן פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה, איז באַערט געװאָרן צו 91 יאָר פֿון דער פֿראַנצױזישער רעגירונג מיט דער דעקאָראַציע פֿונעם „ריטער פֿונעם פֿראַנצױזישן ערן־לעגיאָן‟. װאַקסמאַן איז געבױרן געװאָרן אין דײַטשלאַנד און האָט זיך באַזעצט אין ענגלאַנד פֿאַרן אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. ער האָט זיך פֿאַרשריבן אין דער בריטישער אַרמײ בעתן קריג און האָט געקעמפֿט אין קאַען, װוּ ער איז געװען שװער פֿאַרװוּנדעט. ער האָט אױך אָנטײל גענומען אין דער „די-דײ אינװאַזיע‟ און האָט געקעמפֿט אין סט. האָנאָרין. די אױסצײכענונג װערט צוגעטײלט צו פֿראַנצױזישע בירגער און אַנדערע, װעלכע האָבן געדינט פֿראַנקרײַך און אירע אידעאַלן.
דזשאָן װאַקסמאַן האָט זיך באַזעצט אין אױסטראַליע נאָך דער מלחמה.
די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער אָרגאַניזירטער קהילה אינעם שטאַט קװינסלאַנד האָט לעצטנס גערופֿן די לאָקאַלע ייִדישע יחידים און אָרגאַניזאַציעס צו אַרבעטן לטובֿת דעם שאַפֿן אַ חורבן־ און טאָלעראַנץ־מוזעום, נישט געקוקט אויף דעם, װאָס אַזעלכע אינסטיטוציעס עקזיסטירן שױן אין מעלבורן און אין סידנעי, וווּ זײ האָבן אַ גוטן שם צװישן ייִדן און אױך אין אַלגעמײנע דערציִערישע קרײַזן. דער רוף איז געקומען נאָך דעם װי די פּאָליצײ האָט אַנטדעקט נאַצישע פֿענער און עמבלעמען, בעת זײ זײַנען באַפֿאַלן דעם אײגנטום פֿון אַ נעאָ־נאַצי, װאָס װערט אױך באַשולדיקט אין פֿאַרקױפֿן נאַרקאָטיק. די פּאָליצײ האָט נישט צוגענומען די פֿענער אָדער די עמבלעמען.
אַן ערך 8,000 ייִדן װױנען אין קװינסלאַנד הײַנט צו טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.