פּאָליטישער קריזיס פֿאַר נתניהו צוליב נאַטירלעכן גאַז־מאָנאָפּאָל

Political Crisis For Netanyahu Over Natural Gas Monopoly

בנימין נתניהו
Getty Images
בנימין נתניהו

פֿון „רויטערס‟

Published June 30, 2015, issue of July 24, 2015.

ירושלים. — דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט מאָנטיק געהאַט דעם ערשטן קריזיס פֿון זײַן קאָאַליציע, זינט זײַן ווידער דערוויילט ווערן, נאָך דעם ווי דרײַ קאַבינעט־מיטגלידער האָבן צוריקגעהאַלטן זייער שטיצע פֿאַרן פּלאַן מצד דער רעגירונג אַליין צו אַנטקוויקלען די נאַטירלעכע גאַז־רעזערוון, וואָס מע האָט לעצטנס אַנטדעקט אויפֿן ישׂראלדיקן ברעג.

די קאַבינעט־מיטגלידער האָבן דערקלערט, אַז זיי געפֿינען זיך אין אַ פּערזענלעכן אָדער געשעפֿטלעכן אינטערעסן־קאָנפֿליקט, און האָבן דערפֿאַר זיך אויסגעשלאָסן פֿון דער כּנסת־אָפּשטימונג וועגן דער פֿראַגע, צי די רעגירונג זאָל אָננעמען דעם קאָנטראָל איבער דער אַנטוויקלונג פֿון נאַטירלעכן גאַז.

לויט דעם פֿאָרגעלייגטן אָפּמאַך, וואָלט די פֿירמע Noble Energy, פֿון טעקסאַס, און די ישׂראלדיקע קאָמפּאַניע „דלק‟ ווײַטער פֿאַרמאָגט דעם גרויסן נאַטורגאַז־פֿעלד, „לוויתן‟, בעת די קלענערע פּראָיעקטן וואָלט מען פֿאַרקויפֿט צו אַנדערע אינוועסטאָרן. דער הסכּם איז לעצטנס שטאַרק דעבאַטירט געוואָרן, נאָך דעם ווי די קריטיקער האָבן געטענהט, אַז נתניהו לייגט דעם טראָפּ אויף גרויסע נאַפֿט־פּראָפֿיטן, אַנשטאָט צו קלערן וועגן די אינטערעסן פֿון די ישׂראלדיקע בירגער, וועלכע וואָלטן גיכער גענאָסן פֿון נידעריקע ענערגיע־פּרײַזן.

נתניהוס פּלאַן צו ברענגען די נאַטירלעכע גאַז־אינדוסטריע אין די הענט פֿון דער רעגירונג וואָלט אויסגעמיטן קאָנקורענץ, און וואָלט במילא דערפֿירט צו העכערע ענערגיע־פּרײַזן.

די אַנטוויקלונג פֿון „לוויתן‟, וואָס וואָלט געקאָנט שאַפֿן ביליאָנען דאָלאַרן גאַז אויב מע פֿאַרקויפֿט עס צו עגיפּטן און יאָרדאַניע, איז שוין עטלעכע יאָר לאַנג פֿאַרהאַלטן געוואָרן, צוליב די פּראָטעסטן מצד דער ישׂראלדיקער אַנטי־מאָנאָפּאָל־אַגענטור.

נתניהוס פֿאַראַכטאָגיקער פּלאַן אויף גיך דורכצופֿירן דעם אָפּמאַך, איז אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן דורך זײַן עקאָנאָמיע־מיניסטער אַריה דרי פֿון „ש״ס‟, וועלכער האָט געטענהט, אַז דאָס וואָלט געשאַפֿן אַ מאָנאָפּאָל. דערפֿאַר האָט נתניהו זיך געוואָנדן צו דער כּנסת צו געבן אים די אויטאָריטעט צו שליסן דעם אָפּמאַך מיט Noble און „דלק‟.

דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָט שוין אויסגעדריקט שטיצע פֿאַר אַ הסכּם צווישן Noble Energy, יאָרדאַניע און עגיפּטן, אַז דער גאַז זאָל עקספּאָרטירט ווערן אין די לענדער.