סעקולערע קינדער לערנען זיך ייִדיש אין פּאַרק־סלאָופּ

Secular Kids Learning Yiddish in Park Slope

Courtesy of Kindershule

פֿון מישעל סיגל (Forward)

Published July 01, 2015, issue of July 24, 2015.

אויב איר גייט אַרײַן אין דער עפֿנטלעכער שול 88 אין ברוקלין אין אַ מיטוואָך נאָכמיטאָג, נאָכן סוף פֿון די קלאַסן, וועט איר זען עפּעס אומגעוויינטלעכס בײַם הײַנטיקן טאָג. דער בנין געפֿינט זיך אויפֿן דרומדיקן ראַנד פֿון פּאַרק סלאָופּ, איין גאַס פֿונעם „גרינוווּד־צווינטער‟, לעבן דעם רעשיקן „פּראָספּעקט עקספּרעסוויי‟, און אינעווייניק, זיצדניק אַרום אַ טיש אין אַ וויסנשאַפֿט־קלאַסצימער, לערנט זיך אַ גרופּע קינדער ייִדיש.

דער קלאַס איז אַ טייל פֿון אַ פּראָגראַם, וואָס הייסט „קינדער־שולע‟: אַן אָרט, וווּ סעקולערע ייִדישע קינדער קומען זיך צונויף יעדע וואָך און לערנען זיך די ייִדישע שפּראַך, ייִדישע געשיכטע און קולטור.

דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן זיך דאָרט געלערנט צוואַנציק קינדער, פֿון 6 ביז 13 יאָר אַלט. דער קוריקולום גיט איבער די קינדער וועגן דעם אַמאָליקן לעבנסשטייגער אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל, וועגן דער אימיגראַציע קיין אַמעריקע, דער גרינדונג פֿון די יוניאָנס און דער באַוועגונג פֿאַר ציווילע רעכט. די תּלמידים לערנען זיך אויך ייִדישע לידער און מעשׂיות, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט יענע היסטאָרישע מאָמענטן.

שטעלט זיך די פֿראַגע: איז דאָס פּשוט אַן אַנדער נוסח פֿון „היברו סקול‟? ניין, ענטפֿערט די גרינדערין, אַליס שעכטער. „וואָס מיר טוען איז זייער אייגנאַרטיק; ס׳איז נישט קיין כּמו־סינאַגאָגע.‟ אין 1981 האָט זי, אין איינעם מיט דזשודי ראָזענבאַום, געגרינדעט „קינדער־שולע‟, „ווײַל מיר האָבן געוואָלט אַ פּראָגרעסיווע סעקולערע ייִדישע שול פֿאַר אונדזערע קינדער,‟ האָט ראָזענבאַום געזאָגט.

מאַטיו גודמאַן, איינער פֿון די טאַטעס פֿון „קינדער־שולע‟, איז זייער צופֿרידן, וואָס זײַנע קינדער לערנען זיך וועגן דער סעקולערער ייִדיש־קולטור, וואָס האָט אַ מאָל געבליט אין ניו־יאָרק. טאַקע דערפֿאַר אַרבעט ער דאָרט ווי אַ פֿרײַוויליקער ייִדיש־לערער.

„מיר ווילן, אַז אונדערע קינדער זאָלן וויסן, אַז איידער זיי זענען געקומען אויף דער וועלט האָבן דורות און דורות ייִדן געלעבט ווי פּויערים, אַרבעטער, מאַמעס, טאַטעס, לערער, פּאָליטישע אַקטיוויסטן און פּאָעטן — און אַלץ האָט מען געטאָן אויף ייִדיש,‟ האָט גודמאַן געזאָגט. „ייִדיש איז געווען דער ים אין וועלכן זיי האָבן געלעבט און געשטאָרבן, און איך האַלט, אַז ס׳איז זייער וויכטיק, אַז אונדזערע קינדער זאָלן בלײַבן פֿאַרבונדן מיט דעם.‟