ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published July 06, 2015, issue of July 24, 2015.

נאָעל קעסעל
נאָעל קעסעל

אױסצײכענונג פֿאַר דער אַנגלאָ־ייִדישער צײַטשריפֿט

דער פֿאָטאָגראַפֿשטשיק נאָעל קעסעל, װאָס איז אַ מיטאַרבעטער פֿון דער װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟, איז באַערט געװאָרן פֿאַר זײַן פֿאָטאָ פֿון ייִדן בײַ אַ סידנעיער גאַסן־פֿאַרזאַמלונג. דער כּבֿוד איז צוגעטײלט געװאָרן פֿון די ניו־סאַוט װײלס־פּרעמיערן פֿאַר מולטי-קולטורעלע אױסצײכענונגען אין סידנעי. די װאָכנשריפֿט האָט אױך באַקומען אַ נאָמינאַציע פֿאַר אַ לײט־אַרטיקל, װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין אױגוסט 2014. בסך־הכּל 12 פּרעמיעס זײַנען צעטײלט געװאָרן.

נײַער אױספֿיר־קאָמיטעט פֿאַרן מעלבורנער ישיבֿה־צענטער

דער מעלבורנער ישיבֿה־צענטער װעט בקרובֿ מעלדן די נעמען פֿון דער מיטגלידערשאַפֿט פֿון זײַן נײַעם אױספֿיר-קאָמיטעט, װאָס װעט באַשטײן פֿון חב״ד־חסידים פֿון די שטעט מעלבורן, סידנעי און פּערטאַ. די מיטגלידער פֿונעם נײַעם קאָמיטעט װעלן דינען ביז אַ נײַער קאָמיטעט װעט דערװײלט װערן בײַם צענטערס יערלעכער אַלגעמײנער פֿאַרזאַמלונג, װאָס דאַרף פֿאָרקומען פֿאַרן 31סטן דעצעמבער ה”י.

דער עקזעקוטיװ־ראַט װעגן בירגערשאַפֿט

דער עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום האָט געמאָלדן, אַז ער שטיצט אונטער דעם באַשלוס פֿון דער ליבעראַלער קאָמענװעלטאַ־רעגירונג צוצונעמען בירגער־רעכט בײַ די אױסטראַלישע בירגער, װעלכע זײַנען גלײַכצײַטיק בירגער פֿון אַ צװײט לאַנד, טאָמער זײ שליסן זיך אָן אין טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס, װעלכע באַקעמפֿן די אינטערעסן פֿון אױסטראַליע.