זענען די ייִדישע אַקטיוויסטן געווען צו אַגרעסיוו?

Were Jewish Groups Too Aggressive

Allan Tannenbaum

פֿון 
דזשאָש נייטען־קייזיס (Forward)

Published July 07, 2015, issue of July 24, 2015.

דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג האָבן די פֿירער פֿון צוויי באַזונדערע ייִדישע גרופּעס — די הויפּט ניו־יאָרקער אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציעס און די ניו־יאָרקער ייִדישע פֿעדעראַציע — זיך פֿאַראייניקט, כּדי צו קעמפֿן פֿאַרן זעלבן געזעץ־פּראָיעקט: אַ ריזיקער שטײַער־בענעפֿיט פֿאַר די מענטשן, וואָס גיבן נדבֿות צו סובסידירן דעם שׂכר־לימוד פֿון פּריוואַטע שולן, אַרײַנגערעכנט ייִדישע טאָגשולן און ישיבֿות, אַזוי ווי מע זעט שוין אין פּענסילוועניע, ראָד־אײַלאַנד און פֿלאָרידע. זיי האָבן אפֿשר געקעמפֿט צו שטאַרק.

הגם איין ווערסיע פֿון דער לעגיסלאַציע איז אָנגענומען געוואָרן אינעם סענאַט, און גובערנאַטאָר אַנדרו קואָמאָ האָט עס אויך געשטיצט, האָט מען עס אין דער שטאַט־אַסעמבלעע אַפֿילו נישט געוואָלט דעבאַטירן, און איצט האָט די לעגיסלאַטור זיך שוין געשלאָסן פֿאַרן יאָר.

די אַקטיוויסטן פֿון דער קאַמפּאַניע פּרוּוון איצט צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס זיי האָבן פֿאַרשפּילט. הגם אַ טייל זאָגן, אַז די סיבה פֿאַר וואָס מע האָט נישט אָנגענומען די לעגיסלאַציע איז צוליב דער אַלגעמיינער איבערקערעניש פֿון דער הײַיאָריקער לעגיסלאַטיווער סעסיע, נאָכן אַרעסט פֿון עטלעכע פֿירער פֿונעם סענאַט און דער אַסעמבלעע — טענהן אַנדערע, אַז די אַקטיוויסטן האָבן אַליין, נישט־וועלנדיק, באַגראָבן די לעגיסלאַציע, צוליב זייערע צו־אַגרעסיווע פּאָליטישע טאַקטיקן.

אַנטאָני ברידיסי, אַ דעמאָקראַטישער דעפּוטאַט פֿון דער אַסעמבלעע האָט, למשל, אין אַ פֿריִערדיקער סעסיע יאָ געשטיצט אַ ווערסיע פֿונעם געזעץ־פּראָיעקט, אָבער איז שפּעטער געוואָרן אַ שטאַרקער קעגנער דערפֿון. „איך האָב דווקא נישט אויסגעדריקט קיין מיינונג וועגן דעם ביז מע האָט אָנגעהויבן שיקן בריוו און טעלעמאַרקעטינג־אָנזאָגן צו די וויילער אין מײַן ראַיאָן, פֿאַרקריפּלענדיק מײַן שטעלונג אויף אַ גאַנצער ריי ענינים,‟ האָט ער געזאָגט דעם Forward. אין איין בריוו צו די וויילער איז אַפֿילו געשטאַנען אַ בילד פֿון 100־דאָלאַרדיקע באַנקנאָטן איבערן שטאַט־הויז, ווי אַן אָנהערעניש, אַז די פֿאָנדן פֿאַר אַ שטײַער־בענעפֿיט ווערן אויסגעניצט דווקא צו העכערן די שׂכירות פֿון די קאָנגרעסלײַט.

„ס׳איז נישט געווען קיין שום סיבה מיך צו באַפֿאַלן,‟ האָט ער געזאָגט. „איך וואָלט זיכער געווען גרייט ווײַטער אַרומצורעדן דעם ענין.‟

אַ דעמאָקראַטישע דעפּוטאַטין פֿון יאָנקערס, שעלי מייערס, האָט געזאָגט, אַז זי פֿאַרשטייט בכלל נישט פֿאַר וואָס דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד‟ האָט געפֿירט אַן אינטענסיווע בריוו־קאַמפּאַניע אין איר ראַיאָן, נאָך דעם ווי זי האָט שוין דאָך געהאַט געזאָגט, אַז זי וועט שטימען דערפֿאַר. „ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז די אַגרעסיווע מיטלען האָבן נעגאַטיוו געווירקט אויף אַלעמען, אַרײַנגערעכנט מענטשן ווי איך. ס׳איז נישט געווען קיין לײַטישער מיטל איבערצוצײַגן מענטשן. ס׳איז געווען אַ פּערזענלעכער אַטאַק.‟

הגם גובערנאַטאָר קואָמאָ האָט נאָך דער מפּלה באַשטימט 250 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר די פּריוואַטע שולן ווי אַ מין „טרייסט־פּריז‟, איז דער הויפּטציל — אַ שטײַער־בענעפֿיט פֿאַר מענטשן וואָס גיבן אַ נדבֿה פֿאַר סטיפּענדיע־פֿאָנדן — נאָך ווײַט פֿון פֿאַרווירקלעכט ווערן.

„מיר האָבן אויסגעגעבן אַ ריזיקע סומע אויף דעם,‟ האָט באַמערקט מאָרי ליטוואַק, דער דירעקטאָר פֿון פּאָליטישע ענינים בײַם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟. „מיר האָבן שטאַרק געקעמפֿט פֿאַר דעם, דורך בריוו, טעלעמאַרקעטינג און אַנדערע מיטלען… אָבער מיר האַלטן פֿאָרט, אַז אונדזערע באַמיִונגען זענען נישט געווען אומזיסט. מיר האָבן ערשט בלויז אָנגעהויבן.‟