ירושלים. — אַ קראָאַטישער לעבן געבליבענער פֿון חורבן, וועלכער האָט געאַרבעט ווי אַ פּראָדוצענט פֿון סטיווען ספּילבערגס פֿילם „שינדלערס ליסטע‟ (1993), וועט שענקען זײַן אָסקאַר פֿונעם פֿילם צו יד־ושם.
דער פֿילם שילדערט דאָס לעבן פֿונעם דײַטשן פֿאַבריקאַנט, אָסקאַר שינדלער, וואָס האָט געראַטעוועט הונדערטער ייִדן פֿון די נאַציס.
בראַנקאָ לוסטיג, אַ 83־יאָריקער ייִד, וואָס האָט דורכגעמאַכט אוישוויץ און בערגען־בעלזען, האָט געזאָגט, אַז דער מוזיי אין יד־ושם אין ירושלים „איז דאָס אָרט, וווּ די פּרעמיע דאַרף זיך געפֿינען נאָך מײַן טויט,‟ האָט מאָנטיק איבערגעגעבן די ישׂראלדיקע אינטערנעץ־צײַטונג Ynet. לויט די באַריכטן איז לוסטיג נישט אין קיין גוטן געזונט־צושטאַנד.
לוסטיג וועט אָפֿיציעל איבערגעבן די סטאַטוע בעת אַ צערעמאָניע לכּבֿוד אים, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין ירושלים אין אויגוסט. די קראָאַטישע פּרעזידענטין קאָלינדאַ גראַבער־קיטאַראָוויטש, וואָס האָט סײַ־ווי פּלאַנירט דעמאָלט צו באַזוכן ישׂראל, האָט געזאָגט, אַז זי וועט בײַזײַן בײַ דער אונטערנעמונג, גיט איבער Ynet.
יד־ושם זאָגט, אַז מע וועט אַרויסשטעלן דעם אָסקאַר אינעם „וויזועלן צענטער‟ פֿונעם מוזיי.
לוסטיג איז געבוירן געוואָרן אין 1932 בײַ סעקולערע ייִדישע עלטערן אין אָסייִעק, יוגאָסלאַוויע. זײַן טאַטע איז געווען דער הויפּט־קעלנער פֿון „אָסייִעק קאַפֿע צענטראַלע‟. לוסטיגס באָבע־זיידע זענען געווען פֿרומע ייִדן, און ווי אַ קינד פֿלעגט ער אָפֿט דאַווענען מיט זיי אין דער אָרטיקער שיל.
לוסטיגס מאַמע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, אָבער ס׳רובֿ פֿון די קרובֿים זענען דערהרגעט געוואָרן אין די נאַציסטישע אומברענג־לאַגערן.
לוסטיג האָט געוווּנען אַ צווייטן אָסקאַר ווי אַ פּראָדוצענט פֿונעם פֿילם Gladiator, פֿונעם יאָר 2001.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.