אַ טאַבלעטן־שלינגענדיקע געזעלשאַפֿט

A Pill-Swallowing Society

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 10, 2015, issue of August 07, 2015.

יעדעס מאָל, וואָס איך גיי צום דאָקטער, שרײַבט ער מיר אויס אַ נײַעם מעדיקאַמענט. איך האָב שוין קיין־הרע אַ גאַנצע אַפּטייק, כ’וואָלט שוין געקענט האַנדלען מיט דער פּילכעוואַטער סחורה. די טאַבלעטן, וואָס באַלאַגערן אונדזער דום־קעסטעלע, האַלטן אין איין אַנאָנסירן מעדיקאַמענטן פֿאַר דיאַבעטיקער, ראַק־קראַנקע, לונגען־אָנצינדונג, וויאַגראַ פֿאַר מענער, איצט איז שוין מיט מזל פֿאַראַן אַ וויאַגראַ פֿאַר פֿרויען… הײַנט האַלט מען אין איין רודערן און אײַנזען, אַז דער טאַבלעט קען אויך אָנגרײַפֿן לונג און לעבער, קישקעס, פֿרויען זאַכן, פּרישטשיקעס אויף דער נאָז.

ווי עס זאָל נישט זײַן, די זײַטיקע אָנגריפֿן פֿון די מעדיקאַמענטן באַשטייען פֿון: חלשות, געשווילעכץ פֿון די נירן, אַ פֿאַרלוסט פֿון וואָג, אַ געווינס אויף דער וואָג, בלינדקייט, ראַק, שוואַכקייט פֿון די הענט און פֿיס און, צום סוף, האָבן זיי אַלע דעם זעלביקן פּזמון — היט זיך פֿאַרן פּלוצעמדיקן טויט. הייסט עס, אויב די קרענק לייגט דיך נישט אַוועק, וועט עס דערליידיקן די מעדיצין.

לעצטנס, בין איך געווען בײַ אַ נײַעם דאָקטער דאָ, וווּ איך וווין. ער איז אַן „ענדראָקרינאָלאָג‟, אַ דאָקטער, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דיאַבעטיקער. איך זע, אַז זײַן ביוראָ איז ליידיק, וווּ זײַנען די פּאַציענטן? שוין זשע זײַנען זיי אַלע אָפּגעשטאָרבן.

דאָס דאָקטערל קען זײַן צווישן זעכציק און זיבעציק, אַ קליינס, אַ דאַרס, אַ בייזער מיט אַ פּאָר בלויע ליפּן.

פֿרעג איך אים: „דאָקטער, איך וויל וויסן, צי ס’איז עפּעס פֿאַראַן נײַעס אויפֿן דיאַבעטישן מאַרק? איך אַליין בין נאָך אַלץ אויף צוקער־טאַבלעטן, נישט אויף אינסולין, איז הײַנט פֿאַראַן עפּעס נײַעס אויפֿן טאַבלעטן מאַרק?‟

זאָגט ער מיר, אַז מײַן צוקער איז גאָרנישט קיין גרויסע מניעה, ס’הייסט — נישט געפֿערלעך. איך זיץ, ער שטייט אין זײַן ווײַסן כאַלאַט, און שטרעקט אויס זײַן ווײַזפֿינגער אויף מיר און מיט גרויסער רוגזה שיפּעט ער אַרויס:

„איז וואָס ווילט איר? אַ פּיל וואָס זאָל רויִנירן אײַערע נירן? אָדער אפֿשר אַ פּיל, וואָס זאָל צעקאַליעטשען אײַער לעבער? אָדער אפֿשר ווילט איר אַ פּיל, וואָס זאָל אָנמאַכן אַ חורבן אין אײַער בלאָז? און אפֿשר אַ פּיל, וואָס וועט אַרבעטן אויף אײַער גאַל און זי פֿאַרניכטן? וועלכע פֿון זיי ווילט איר? קלײַבט אײַך אויס?‟

דערווײַל האָב איך זיך שטאַרק דערשראָקן, נישט אַזוי פֿון די פּילן, נאָר פֿון אים גופֿא. וואָס איז דאָס פֿאַראַ דאָקטער, וואָס לאָזט אויס אַזאַ כּעס אויף אַ פּאַציענט? אַפֿילו ווען ער זאָל זײַן דער בעסטער דאָקטער אין דער וועלט, האָב איך באַשלאָסן, וועט ער מיך שוין דאָ זען ווי דעם פֿאַראַיאָריקן שניי. אפֿשר האָט ער זיך צעקריגט מיטן ווײַב, לאָזט ער עס אויס צו מיר? אפֿשר איז בײַ אים אַ שיף מיט פּוטער־מילך אונטערגעגאַנגען? און אפֿשר האָט ער גאָר פֿאַרלוירן געלט אויף דער בערזע, אין קאָרטן צי אין קאַזינאָ? דער רוח ווייסט אים.

דאָ אין פֿלאָרידע קוקן די דאָקטוירים אַרויס אויפֿן עלטערן דור, וואָס מע קען זיי פֿאַרקויפֿן די „ברוקלין־בריק‟. דער עיקר, עלטערע מענטשן פֿאַרלאָזן זיך אויף זייערע דאָקטוירים, ווי אויף משיחן. משיח לײזט נישט אויס, און דאָס זעלביקע פֿונעם דאָקטער צו הערן.

דאָ אין פֿלאָרידע איז דער עלטערער דור נאַיִוו, באַגלויביק, און פֿון פֿרעגן שאלות איז שוין אָפּגערעדט. זיי געדענקען נאָך פֿון זייערע יונגע יאָרן, ווען מ’האָט זיך אויפֿן דאָקטער געקענט פֿאַרלאָזן. הײַנט טאָר מען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף איין דאָקטער, מען דאַרף נישטערן, וווּ די וועלט האָט אַן עק און געפֿינען אַ צווייטע מיינונג איידער מ’גייט אונטערן מעסער.

זעט אויס, אַז אַמעריטשקע גנבֿ איז אַזוי ווײַט דערגאַנגען, ביז זיי האָבן פֿאָרמירט אַ „פֿאַרמאַסוטיקל לאַבי‟ אין וואַשינגטאָן, און זיך אײַנגעהאַנדלט גרויס מאַכט. זיי לאָזן נישט אַרײַן קיין אַמעריקע בעסערע מעדיקאַמענטן, אַפֿילו, ווען זיי ווייסן גאַנץ גוט, אַז די אייראָפּעיִשע און ישׂראלדיקע פֿאַרמאַצעווטישע פֿירמעס אַרבעטן אויס אַ בעסערן הײל־מיטל. אַ סימן האָט איר: ווען איך האָב געגעבן ייִדיש קורסן אין אָקספֿאָרד אויף דער זומער־פּראָגראַם, האָב איך זיך אַרומגעקוקט, אַז איך האָב פֿאַרגעסן מיט זיך מיטצונעמען מײַן צאָן־פּאַסטע פֿון אַמעריקע. בין איך אַרײַן אין אַ דערבײַיִקער אַפּטייק און געבעטן צאָן־פּאַסטע. זאָגט מיר דער אַפּטייקער:

„מיר האָבן נישט קיין אַמעריקאַנער סחורה, איך קען אײַך בלויז פֿאַרקויפֿן די היגע צאָן־פּאַסטע.‟

„מהיכא־תיתי!‟ — האָב איך זיך דערפֿרייט, און אײַנגעהאַנדלט די סחורה. און וויסן זאָלט איר, אַז אַמאָליקע צײַטן האָב איך שוין יונגערהייט געהאַט אַ לאָך אין איין צאָן, און געמוזט עס פֿאַרריכטן; אויף אַ צווייטן האָט דער דענטיסט געמוזט אַדורכפֿירן אַ „רוט־קאַנאַל‟, דאָס הייסט, אַרײַנגיין צום צאָן דורך די יאַסלעס. אָבער זינט איך האָב זיך אײַנגעהאַנדלט די צאָן־פּאַסטע „עלגידיום‟, וואָס קומט פֿון אייראָפּע, און מ’קען עס באַקומען דורל דער אינטערנעץ, און ס’קאָסט אַ שיבוש, בין איך זעלטן בײַ אַ דענטיסט. איך האָב געראַטעוועט אַלע מײַנע ציין און שטאָלציר מיט זיי.

און פּרובירט, למשל, דאָ אַרײַנגיין אין אַפּטייק און שילדערן, אויף וואָס מען לײַדט און בעטן אַ הילף… וועט אײַך דער אַפּטייקער באַזינגען מיט יום־טובֿדיקע טענער:

„קודם, ברענג מיר אַ דאָקטערס רעצעפּט. צווייטנס, צו וועלכער מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג־פֿירמע געהערט איר? און דריטנס, וועט עס אײַך קאָסטן אַ מאַיאָנטעק.‟

צום דענטיסט פֿאָרט מען קיין סאַן־דיעגאָ אָדער קיין מעקסיקע, נאָר אויך אין די לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער, וווּ עס קאָסט אַ שיבוש. לעבט מען דאָך אָבער אין אַמעריטשקע, וווּ געלט האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אינדוסטריע, האַקט מען זיך קאָפּ אין וואַנט און מען לויבט דאָס לאַנד ביזן זיבעטן הימל.



(function(){function c(){var b=a.contentDocument||a.contentWindow.document;if(b){var d=b.createElement('script');d.innerHTML="window.__CF$cv$params={r:'8f5c30ec8b8022e5',t:'MTczNDgyOTM5Ni4wMDAwMDA='};var a=document.createElement('script');a.nonce='';a.src='/cdn-cgi/challenge-platform/scripts/jsd/main.js';document.getElementsByTagName('head')[0].appendChild(a);";b.getElementsByTagName('head')[0].appendChild(d)}}if(document.body){var a=document.createElement('iframe');a.height=1;a.width=1;a.style.position='absolute';a.style.top=0;a.style.left=0;a.style.border='none';a.style.visibility='hidden';document.body.appendChild(a);if('loading'!==document.readyState)c();else if(window.addEventListener)document.addEventListener('DOMContentLoaded',c);else{var e=document.onreadystatechange||function(){};document.onreadystatechange=function(b){e(b);'loading'!==document.readyState&&(document.onreadystatechange=e,c())}}}})();