ביז לעצטנס, איז די ראַבינערטע פֿראַנסין גרין־ראָסטאָן געווען באַקאַנט ווי איינע פֿון די „אויפֿגייענדיקע שטערן‟ אין דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג. צום ערשטן מאָל האָט אַ פֿרוי פֿאַרנומען די רבנות־ראָלע אין אַ סינאַגאָגע מיט מער ווי 500 מתפּללים — דער „בית־א־ל‟ אין סאַוט־אָראַנדזש, ניו־דזשערזי. זי האָט כּסדר פֿאַרעפֿנטלעכט אירע מיינונג־אַרטיקלען אין דער אָרטיקער פּרעסע און געגעבן לעקציעס אינעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟. די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט עטלעכע מאָל ציטירט אירע דרשות.
נאָך נײַן יאָר אינטענסיווער פֿירערשאַפֿט, איז ראָסטאָן געוואָרן מיד. זי האָט געוואָלט זיך אָפּרוען פֿון דער שיל־פּאָליטיק און דער שטענדיקער אַרבעט, מיט וועלכער זי האָט זיך פֿאַרנומען יעדן טאָג אין דער קהילה, אַנשטאָט איר אייגענער משפּחה. צוליב דעם, בערך מיט אַ יאָר צוריק, איז די ראַבינערטע אַוועקגעפֿאָרן, צוזאַמען מיט איר מאַן און צוויי קינדער, אין דער שטאָט ווײַטפֿיש, וואָס געפֿינט זיך אינעם שטאַט מאָנטאַנע, לעבן דעם נאַציאָנאַלן פּאַרק גליישער, אַ שעה צו פֿאָרן ביז דער קאַנאַדישער גרענעץ. איצט האָט זי גענוג צײַט צו שיפֿלען אין אַ קאַיאַק, צו כאַפּן אַ שפּאַציר אינעם וואַלד אָדער זיך אַרויפֿקלײַבן אויף די באַרג־שטעגלעך מיט איר הונט.
צום בעסטן, האָט ראָסטאָן איבערגעגעבן, האָט זי ליב צו גרייטן יעדן טאָג אַ וועטשערע און עסן מיט איר 12־יאָריקן זון און דער 15־יאָריקער טאָכטער. אינעם באַרג־שטעטל וווינען 6,000 תּושבֿים; קיין ממשותדיקע ייִדישע קהילה איז דאָרט נישט געווען. נאָכן אָפּרוען זיך אַ יאָר, האָט די ראַבינערטע באַשלאָסן זיך אומצוקערן צו דער שיל־טעטיקייט, און האָט פֿאַראייניקט בערך 100 ייִדישע משפּחות, וואָס וווינען אין ווײַטפֿיש און אינעם שכנישן שטעטל קאַליספּעל. דעם 30סטן יוני, האָבן די ייִדישע תּושבֿים פֿון די דאָזיקע צוויי ערטער אָפּגעמאַכט צו שאַפֿן אַ נײַע קהילה, מיטן נאָמען „בני שלום‟.
הגם ראָסטאָן פֿירט דאָרטן אויס די רבנישע ראָלע, וויל זי אָנהאַלטן אין דער נײַער שיל אַן אומפֿאָרמעלע אַטמאָספֿער, מיט אָפֿענע טירן און אָן מיטגלידשאַפֿט־געלט. ווי די ראַבינערטע דריקט זיך אויס, וויל זי שאַפֿן אַ „נישט־אָרטאָדאָקסישע ווערסיע פֿון חב״ד‟. אַזוי ווי די ליובאַוויטשער, האָפֿט זי מקרבֿ צו זײַן די אָרטיקע ייִדן דורך פּאָזיטיווע און אינטערעסאַנטע אונטערנעמונגען. למשל, זי קאָן אָרגאַניזירן אַ חלה־אונטערנעמונג אין אַ בעקערײַ אָדער אַפֿילו אַ ייִדישן מוזיק־פֿעסטיוואַל.
הגם דאָס שטעטל טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ באַקאַנטן כּשרן פֿיש, איז דאָרטן נישט אַזוי גרינג צו שאַפֿן אַ ייִדישע קהילה. דאָס כּשרע פֿלייש מוז מען ברענגען פֿון אַנדערע ערטער, און זי ווייסט נאָך נישט, וווּ זי וועט קריגן די בייגל צו איר זונס בר־מיצווה איבעראַיאָר. די קינדער גייען איצט אין די געוויינטלעכע מלוכישע שולן; דאָס ייִנגל האָט במשך פֿון עטלעכע וואָכן מורא געהאַט אויסצוזאָגן די קינדער אין זײַן קלאַס, אַז ער איז אַ ייִד.
ווײַטפֿיש איז אַ ריין־ווײַסע שטאָט, וווּ עס וווינט דער באַקאַנטער געפֿערלעכער ראַסיסט ראָבערט ספּענסער, וועלכער פֿירט אָן מיטן פּראָ־פֿאַשיסטישן „אינסיטוט פֿון נאַציאָנאַלער פּאָליטיק‟. ראָסטאָן האָט אָבער איבערגעגעבן, אַז דערווײַל האָט זי זיך נישט אָנגעשטויסן אין אַנטיסעמיטיזם אין מאָנטאַנע. דער עולם איז פּשוט נײַגעריק און פֿרײַנדלעך. איר מאַן, מאַרק, אַ פּריוואַטער געשעפֿט־קאָנסולטאַנט, גייט ווײַטער אָן מיט זײַן קאַריערע אינעם נײַעם אָרט. אַזוי ווי אַנדערע פּראָפֿעסיאָנאַלן, פֿליט ער אָפֿט אַרום מיט עראָפּלאַנען און רעדט אויפֿן טעלעפֿאָן. צווישן די געשעפֿט־שמועסן, געפֿינט ער כּסדר גענוג צײַט צו כאַפּן אַ שפּאַציר אָדער זיך גליטשן אויף די סקי.
די ראַבינערטע האָט באַטאָנט, אַז דווקא אין אַזאַ קליין שטעטל פֿילט זי שטאַרקער די פֿאַרבינדונג מיטן רבונו־של־עולם. זי האַלט, אַז פֿאַר אירע קינדער איז עס אויך אַ געראָטן אָרט, ווײַל אַנשטאָט צו זײַן מיטגלידער פֿון אַ גרויסער ייִדישער קהילה, פֿילן זיי זיך אין ווײַטפֿיש ווי אוניקאַלע יחידים, וועלכע קאָנען אַליין באַשליסן, ווי אַזוי צו פֿירן אַ ייִדיש לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.