מײַנע שאַפֿעס זענען פֿול מיט קליידער, וואָס כ׳האָב שוין יאָרן לאַנג נישט געטראָגן, און די קיך — אָנגעפּאַקט מיט מכשירים, וואָס כ׳וועל קיין מאָל נישט ניצן. איך ווייס, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אַרויסצוּוואַרפֿן, אַוועקצוגעבן אָדער צו פֿאַרקויפֿן כאָטש אַ טייל פֿון זיי.
דער הײַנטיקער מיטל צו פֿאַרקויפֿן אַלטע זאַכן איז צו שטעלן אַ מעלדונג אין „קרעגסליסט‟ אָדער „אי־ביי‟. די צרה איז, וואָס אַ סך אַנדערע מענטשן טוען דאָס זעלבע, זענען די ווירטועלע פּאָליצעס פֿון די וועבזײַטן שוין פֿאַרוואָרפֿן מיט אַלטע זאַכן ביז צו דער ווירטועלער סטעליע.
נו, וואָס האָבן טאַקע אונדזערע טאַטע־מאַמעס, און באָבע־זיידעס, אַ מאָל געטאָן מיט זייערע אייגענע אַלטע זאַכן, וואָס זיי האָבן נישט איבערגעגעבן בירושה? ווי אַזוי האָבן די פֿריִערדיקע דורות פֿון אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרקויפֿט דעם אומגעוווּנטשענעם האָב־און־גוטס?
אַ טייל מענטשן האָבן אַרײַנגעבראַכט די זאַכן אין אַן אָרטיקן thrift shop — אַ געוועלב, וואָס קויפֿט אָפּ געניצטע קליידער און אַנדערע זאַכן און פֿאַרקויפֿט זיי ווײַטער, כּדי צו זאַמלען געלט פֿאַר אַ געוויסער צדקה. די ייִדישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציעס ווי „הדסה‟ און די שוועסטערשאַפֿטן פֿון סינאַגאָגעס פֿלעגן אָפֿט אָנפֿירן מיט אַזאַ געוועלב.
אַ צווייט אָרט איז געווען דער לאָמבאַרד. אויב אַ מענטש האָט נישט געקאָנט קויפֿן זאַכן אויף קרעדיט, האָט דער לאָמבאַרד געדינט ווי „די באַנק פֿאַר די אָרעמע‟, דורך געבן אים מזומן פֿאַר זײַן אייגנטום. מ׳האָט אויך אויסגעניצט דעם לאָמבאַרד ווי סתּם אַ סקלאַד אויף בלויז צו האַלטן זאַכן, ווען אין שטוב איז נישט געווען גענוג אָרט. אַ שילד וועגן דעם קען מען זען אין בערניס אַבאָטס באַרימטער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון „ראָטמאַנס לאָמבאַרד‟ אין מאַנהעטן.
אַחוץ דעם פֿלעגן די „שמאַטעלאַטניקעס‟ גיין אין די גאַסן און קויפֿן אַלטע קליידער. אין 1950 האָט דער זשורנאַל Commentary געשריבן אַ פּראָפֿיל פֿון איינעם אַזאַ, הענרי גוטאָף, וואָס איז 35 יאָר לאַנג געגאַנגען איבער די ייִדישע געגנטן פֿון בראָנקס, מאַנהעטן און קווינס, אַחוץ שבת, אויסטיילנדיק מזומן פֿאַר אַלטע זאַכן. „די באַלעבאָסטעס האָבן אים שוין געקענט,‟ שטייט אינעם אַרטיקל. ווען די פֿרויען האָבן דערהערט זײַן געשריי, „קויפֿט מזומן! קויפֿט!‟, פֿלעגן זיי אַרויסשטעקן די קעפּ פֿון די פֿענצטער און אויסרופֿן: „היי, מיסטער!‟
הגם קיין לײַטישן אַדרעס האָט געטאָף נישט געהאַט פֿאַר זײַן געשעפֿט, האָט ער שטאָלצירט מיט זײַן פֿאַך: „איך פּרוּוו תּמיד צופֿרידנשטעלן מײַנע קונים, און אויב זיי פֿאַרגעסן עפּעס אַרויסצונעמען פֿון די קעשענעס, קער איך עס אום. אין אַלע געשעפֿטן, גרויס אָדער קליין, מוז מען זײַן אָרנטלעך.‟
דאָס פּאָפּולערסטע אָרט צו פֿאַרקויפֿן אַלטע זאַכן איז געווען דאָס אַנטיקוואַרן־געשעפֿט (secondhand store, בלע״ז). די אייגנטימער פֿון די געשעפֿטן פֿלעגן אָפּקויפֿן אַלטע אַנצוגן, היט, קליידער און טאַשן, און די פֿאַרקויפֿערין איז אַרויס מיט עטלעכע דאָלאַרן אין קעשענע.
די קונות וואָלטן מסתּמא זיך געחידושט, ווען זיי וואָלטן געוווּסט, אַז אַ סך פֿון דער סחורה איז אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין אַנדערע שטעט און אַפֿילו לענדער. אינעם בוך The Rag Race, דערקלערט דער היסטאָריקער אַדאַם מענדלסאָן, ווי דער האַנדל פֿונעם געניצטן אייגנטום איז געוואָרן אַ געניטונג פֿון גלאָבאַליזאַציע, לאַנג איידער דאָס וואָרט איז באַקאַנט געוואָרן. נאָך דעם ווי אַ פֿרוי האָט, למשל, פֿאַרקויפֿט איר זונס בר־מיצווה אַנצוג, האָבן די הויזן געקאָנט געשיקט ווערן צו אַן אָרעמער משפּחה אין די דרום־שטאַטן, און די מאַרינאַרקע — קיין דרום־אַמעריקע.
צוריקגערעדט, איז מסתּמא בעסער, אַז מענטשן האָבן נישט געוווּסט דעם גורל פֿון זייערע אַלטע זאַכן, ווײַל אויב יאָ, וואָלטן זיי די חפֿצים מסתּמא קיין מאָל נישט פֿאַרקויפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.