ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

Getty Images

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 23, 2015, issue of August 21, 2015.

אַטענטאַט אויף קהילה־בנין ווערט אָפּגעמערקט

דער אַרגענטינער ייִשובֿ האָט דערמאָנט דעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין װאָס איז פֿאָרגעקומען מיט 21 יאָר צוריק. דאָנערשטיק אין אָװנט האָבן הונדערטער יוגנטלעכע זיך פֿאַרזאַמלט פֿאַר די טירן פֿון דער קהילה. גענומען אַ װאָרט האָט די שװעסטער פֿון אַן אומגעקומענעם און דערציילט װי ביזן הײַנטיקן טאָג געדענקט זי איר ברודער אינעם טאָג װאָס ער האָט פֿאַרלאָזט זײַן שטוב צום לעצטן מאָל.

מתּיתיהוּ דאָבסעװיטש, סעקרעטאַר פֿון יוגנט-דעפּאַרטאַמענט בײַ דער קהילה האָט איבערגעגעבן װי ער און זײַן משפּחה האָבן זיך דערװוּסט פֿונעם אַטענטאַט, פֿאָרנדיק אויף דאַטשע װײַל עס האָבן זיך געהאַט אָנגעהויבן די װינטער־װאַקאַציעס. אַלע האָבן געפֿאָדערט גערעכטיקייט און דערמאָנט דעם פּראָקוראָר ניסמאַן װי דער 86סטער קרבן. נאָכן איבערלייענען די נעמען פֿון די געפֿאַלענע האָט מען געמאַכט אַן אל מלא רחמים און דער צוזאַמענקום איז געשלאָסן געװאָרן מיט אַ קאָנצערט פֿון צוויי גרופּעס, װאָס האָבן געשפּילט צוגעפּאַסטע לידער.

טויזנטער מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט פֿרײַטיק, דעם 17טן פֿאַרן אויפֿגעבויטן בנין. דער אַקט האָט זיך אָנגעהויבן גענוי 9:53 אַ זייגער, װען דער בנין איז אויפֿגעריסן געװאָרן. מען האָט געבלאָזן שופֿר און מען האָט אויך איבערגעלייענט די נעמען פֿון די קרבנות. דער קאַסיר פֿון דער קהילה, אריאל כּהן־סאַבאַן האָט אין זײַן װאָרט באַדויערט װאָס פֿון דער אַרגענטינער רעגירונג איז קיינער ניט געקומען אויף דעם דערמאָנונג־אַקט. ער האַלט אַז מען טאָר נישט האָבן קיין באַציִונגען מיט מדינות װאָס פֿינאַנצירן דעם אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם. עס איז שוין 21 יאָר װי דער אַטענטאַט איז פֿאָרגעקומען אָבער דעם אָפּמאַך מיט איראַנען האָט מען גוטגעהייסן אין אַ חודש צײַט. ער האָט אויך געזאָגט אַז ניסמאַנס טויט האָט געלאָזט הערן נאָך אַ מאָל דעם אָפּקלאַנג פֿון דער באָמבע פֿון 18טן יולי 1994.

ניסמאַנס מאַמע און זײַן עלטערע טאָכטער זײַנען בײַגעװען דעם אַקט און אַ חבֿרטע פֿון דער טאָכטער האָט איבערגעלייענט איר בריװ, װוּ זי דערמאָנט װי שװער איר טאַטע האָט געאַרבעט לטובֿת דעם אמת און צו סילוקן דעם חובֿ מיט די דערהרגעטע. זי האָט געבעטן מען זאָל געװויר װערן דעם ריינעם אמת אָבער אַ פֿאַקט איז, אַז איר טאַטע איז שוין ניטאָ כּדי זיך צו פֿאַרטיידיקן.

אַ צװייטער אַקט איז פֿאָרגעקומען פֿאַרן הויפּט־געריכט אָרגאַניזירט פֿון דער גרופּע „אַקטיװער זכּרון‟, װאָס האָט פֿאַרלוירן משפּחח־מיטגלידער אָבער איז נישט מסכּים מיט דער קהילה־אָנפֿירערשאַפֿט. די רעדנערס האָבן דערמאָנט, אַז בעתן משפּט װאָס הייבט זיך אָן דעם 6טן אויגוסט, װעט מען צוקומען צו היסטאָרישע רעזולטאַטן. מען װעט משפּטן דעם געװעזענעם פּרעזידענט מענעם, דעם דירעקטאָר פֿון זײַן שפּיאָנען־אַגענטור, דעם געװעזענעם ריכטער גאַלעאַנאָ, װאָס האָט אָנגעהויבן מיט דער אויספֿאָרשונג און איז באַזײַטיקט געװאָרן איבער אומדערטרעגלעכע אויפֿפֿירונגען, דעם געװעזענעם פֿאָרזיצער פֿון דער דאַיאַ — ראובֿן ברכה, און דעם לעצטן אייגנטימער פֿון דעם לאַסט־אויטאָ, מיט װעלכן מען האָט אויפֿגעריסן דעם בנין. זייער טעזע איז, אַז די רעגירונג האָט געװוּסט װעגן דעם אַטענטאַט, אַרײַנגעלאָזט און געהאָלפֿן די װעלכע האָבן באַדאַרפֿט אים דורכפֿירן אָבער דער געדאַנק איז געװען זיי פֿאַרכאַפּן פֿאַרן אַטענטאַט און בלײַבן װי העלדן. דער משפּט װעט װײַזן װי די ייִדישע אָנפֿירערשאַפֿט האָט מיטגעאַרבעט מיט דער רעגירונג צו פֿאַרדעקן דעם ענין.

אויך אין די גרעסערע אַרגענטינער פּראָװינצשטעט זײַנען פֿאָרגעקומען אַקטן, און אין ישׂראל האָט מען אויך דורכגעפֿירט אַ דערמאָנונג־אַקט אין כּפֿר־סבא.


קינסטלער מילאָ לאָקעט העלפֿט קינדער שאַפֿן וואַנטבילד לזכר די 85 קרבנות

דער באַרימטער אַרגענטינער קינסטלער מילאָ לאָקעט האָט צוזאַמען מיט תּלמידים פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע שולן, קהילה־אָנגעשטעלטע און װער עס האָט געװאָלט זיך באַטייליקן, אויסגעאַרבעט אַ קאָלעקטיװע קונסטװאַנט אינעם הויף פֿון דער קהילה, לזכר די 85 אומגעקומענע בעתן אַטענטאַט. מען האָט געאַרבעט במשך אַ װאָך צײַט.


קונסטווערק „דער וואָגן פֿונעם זכּרון‟ אין שטאָטישן קולטור־צענטער נעמט אויס בײַם עולם

אין דעם קולטור־צענטער פֿון דער שטאָט בוענאָס-אײַרעס האָט מען דערעפֿנט דינסטיק, דעם 14טן יולי, אַן אויסשטעלונג פֿון קונסטװערק, װאָס שפּיגלט אָפּ די װיזיע פֿון די קינסטלערס אויפֿן אַטענטאַט. די אַרבעט װאָס האָט שטאַרק אויסגענעמען איז געװען „דער װאָגן פֿונעם זכּרון‟ פֿונעם קינסטלער כאָרכע קאַטערבעטי, װאָס איז אַ װאָגן געמאַכט פֿון האָלץ, אײַזן און שטריק װאָס איז אָנגעלאָדן מיט פּושקעס און טעקעס מיט די צענער־טויזנטער זײַטלעך װאָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט אינעם משפּט, אָבער די רעדער זײַנען פּאַפּירענע.

עס איז געװיזן געװאָרן אַ פֿילם, װאָס װײַזט װי אַ 300 תּלמידים האָבן אין 2013 געשלעפּט דעם װאָגן פֿונעם אוניװערסיטאַרן שפּיטאָל, װוּ מען האָט געפֿירט די געליטענע פֿונעם אַטענטאַט, ביזן קהילה־בנין, װאָס געפֿינט זיך אַ 200 מעטער פֿונעם שפּיטאָל, װאָס האָט אין 1994 דורכגעפֿירט אַ װיכטיקע אַרבעט.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.