טאָמאַס שטערן איז געבוירן געוואָרן מיט צענדליקער יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען זײַן טאַטע, דעמאָלט אַ 5־יאָריק קינד, איז געבליבן לעבן על־פּי־נס. די סלאָוואַקישע נאַצי־מיליץ האָט באַשאָסן דעם סטויג היי, וווּ דאָס איבערגעשראָקענע ייִנגל האָט זיך אויסבאַהאַלטן. צום גליק, זענען די קוילן פֿאַרבײַגעפֿלויגן.
שטערן האָט דערציילט, אַז ווען די נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן זיך אַרײַנגעריסן אינעם שטאַל, זוכנדיק דאָרטן די אויסבאַהאַלטענע ייִדן, האָבן זיך צוליב פֿוילקייט נישט מטריח געווען זיך אַרומצוקוקן; זיי האָבן באַשאָסן דאָס היי און אַוועקגעגאַנגען. זײַן טאַטע האָט נאָכן דאָזיקן שוידערלעכן עפּיזאָד אָנגעהויבן שטאַמלען; שפּעטער, זײַענדיק שוין אַ דערוואַקסענער, האָט ער אויסגעלערנט לידער אויף אויסווייניק, האָפֿנדיק גובֿר צו זײַן די דיקציע־פּראָבלעם.
עס קאָן זײַן, אַז צוליב דעם שטאַמלענדיקן טאַטן, האָט שטערן באַשלאָסן צו ווערן אַ דאָקטער, כּדי צו העלפֿן אַנדערע מענטשן זיך אויסצוהיילן פֿון מעדיצינישע פּראָבלעמען. אינעם יאָר 2006 האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט אַן אַנדער פּראָיעקט, וואָס האָט אויך צו טאָן, אין אַ געוויסן זין, מיט די אַלטע וווּנדן — דהײַנו, די רעסטאַווראַציע פֿון דער 200־יאָריקער שיל אינעם סלאָוואַקישן שטעטל סטופּאַווע.
שטערן וווינט אין דער הויפּטשטאָט פֿונעם לאַנד, בראַטיסלאַווע, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי פּרעשבורג. סטופּאַווע געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון זײַן היים. דער דאָקטער האָט דערקלערט, אַז די אַלטע שיל האָט געהאַלטן בײַם אײַנפֿאַלן; ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז מע מוז עס ראַטעווען.
ווען איך האָב באַזוכט דעם אַלטן צעשעדיקטן בנין, האָט שטערן מיר דערציילט, אַז בלויז פֿיר אָדער פֿינף סטופּאַווער ייִדן האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. פֿאַרן חורבן האָבן די ייִדן באַטראָפֿן אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג אינעם שטעטל.
דאָס האָב איך שוין געוווּסט. מײַן משפּחה האָט אויך געשטאַמט פֿון סטופּאַווע. קיינער פֿון מײַנע לעבן־געבליבענע קרובֿים האָט מער נישט באַזוכט דאָס דאָזיקע אָרט נאָך דער מלחמה. ס׳רובֿ זענען אומגעקומען און אוישוויץ און אַנדערע טויט־לאַגערן. די ניצול־געוואָרענע און זייערע אייניקלעך זענען אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, קאַנאַדע אָדער אויסטראַליע. איך האָב אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז אין סטופּאַווע שטייט אַן אַלטע שיל.
ד״ר טאָמאַס שטערן פֿירט אָן מיט דער נישט־קאָמערציעלער אָרגאַניזאַציע Jewrope („ייִדישע אייראָפּע‟), וואָס זוכט אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער היסטאָרישער ירושה פֿון סלאָוואַקײַ און שטרעבט זי אָפּצוהיטן. אַ צאָל אַנדערע אָרגאַניזאַציעס און יחידים העלפֿן אים צו פֿאַרווירקלעכן זײַנע פּראָיעקטן. צום בײַשפּיל, דער פּרעשבורגער פֿאָרשער מאַראָס באָרסקי האָט פֿאַרטיידיקט אין 2005 זײַן דיסערטאַציע וועגן בערך 100 אָרטיקע שילן און אָנגעשריבן וועגן דעם אַ בוך.
דער 43־יאָריקער דאָקטער איז איינער פֿון די שליסל־פֿיגורן אינעם באַנײַטן אינטערעס צו דער סלאָוואַקישער ייִדישער געשיכטע און אַרכיטעקטור. אין די 1990ער יאָרן, ווען ער האָט זיך נאָך געלערנט אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט, איז ער אויסגעפֿאָרן דאָס לאַנד און געזאַמלט טויזנטער פֿאָטאָגראַפֿיעס וועגן דעם אַמאָליקן אָרטיקן ייִדישן לעבן, וואָס זענען אויסגעשטעלט געוואָרן אין אַ צאָל מוזייען אַרום דער וועלט. ער האָט דערקלערט, אַז די סטופּאַווער שיל איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ געוויסן פּוילישן אַרכיטעקטור־סטיל, וועלכער איז דערפֿונדן געוואָרן אין קראָקע און זיך פֿאַרשפּרייט איבער מיזרח־אייראָפּע. פֿאַר דער מלחמה, האָבן אינעם שטעטל, לויט באַרסקיס חשבון, געוווינט פֿון 500 ביז 1000 ייִדן.
בערך אַ האַלב טויזנט ייִדן וווינען הײַנט אין פּרעשבורג. די קהילה האָט אַקטיוו געשטיצט דעם רעמאָנט. בסך־הכּל, האָט מען געזאַמלט אויף דעם מער ווי 700,000 דאָלאַר. הגם אין סטופּאַווע זענען מער נישטאָ קיין ייִדן, ווערן אינעם טיילווײַז־רעמאָנטירטן בנין דורכגעפֿירט מוזיקאַלישע פּראָגראַמען און קולטור־אונטערנעמונגען. אינעם יאָר 2011, האָט שטערן אַליין חתונה געהאַט אין דער היסטאָרישער שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.