„זינק־גריבער‟ באַדראָען דעם ים־המלח

Shrinking Dead Sea Creates Sinkholes


פֿון אַרי ראַבינאָוויטש (Forward)

Published July 31, 2015, issue of August 21, 2015.

דער ים־המלח, וווּ עס איז דאָנערשטיק פֿאָרגעקומען אַן ערד־ציטערניש, ווערט ביסלעכווײַז אויסגעטריקנט. יעדעס יאָר גייט דער וואַסער־ניוואָ אין דער דאָזיקער זאַלציקער אָזערע בערך אויף אַ מעטער אַראָפּ. אויפֿן אויסגעטרינקטן ברעג־שטח באַווײַזן זיך הונדערטער לעכער, וואָס ציִען אַרײַן די ערד פֿונעם אַרומיקן ראַיאָן און ברענגען אַ היזק צו דער אָרטיקער עקאָלאָגיע. אַ טייל אַזעלכע זינק־גריבער זענען אַזוי גרויס ווי אַ ספּאָרט־פּלאַץ, און עטלעכע מעטער טיף.

מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָט אַזאַ לאָך זיך פּלוצעם באַוויזן אויף אַ שאָסיי צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, און האָט דורכגעריסן דעם אַספֿאַלט. אין אַנדערע ערטער, זענען די עלעקטרישע סלופּן אַראָפּגעפֿאַלן און די הײַזער זענען צעשעדיקט געוואָרן. אין איין פֿאַל, זענען עטלעכע מענטשן פֿאַרוווּנדעט געוואָרן צוליב אַזאַ גרוב.

דובֿ ליטווינאָוו, דער מעיאָר פֿונעם ראַיאָן תּמר אינעם דרומדיקן טייל פֿון ישׂראל, האָט באַמערקט, אַז כּדי אָפּצושטעלן די פֿאַרשווינדונג פֿונעם ים־המלח, נייטיקט מען זיך אין קאָאָפּעראַציע מיט די שכנישע לענדער. די הויפּט־סיבה פֿון דער צרה באַשטייט אין דעם, וואָס אַ סך מענטשן נוצן אויס דאָס וואַסער פֿונעם ירדן, וואָס פֿליסט דורך סיריע און לבֿנון. אַן אַנדער סיבה זענען די שאַכטעס בײַם ברעג פֿונעם טײַך. כּדי צו ראַטעווען די אָזערע, מוז מען מיטאַרבעטן מיט די רעגירונגען פֿון יאָרדאַניע און דעם מערבֿ־ברעג. אויב אַפֿילו די גאַנצע וועלט וועט צוזאַמענאַרבעטן אויף דעם צוועק, וועט עס דויערן צענדליקער יאָרן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ.

אַ סך טוריסטן האָבן ליב דעם ים־המלח — די טיפֿסטע און די סאַמע געזאַלצענע אָזערע אין דער וועלט, וואָס געפֿינט זיך 400 מעטער אונטערן ים־אויבערפֿלאַך, און איז רײַך מיט מינעראַלן, וואָס דינען ווי אַ גוטע רפֿואה פֿאַר הויט־פּראָבלעמען און ווי אַ קוואַל פֿון וויכטיקע אינדוסטריעלע שטאָפֿן, וואָס ווערן פּראָדוצירט דורך די ישׂראלדיקע און יאָרדאַנישע כעמישע פֿאַבריקן.

מיט 80 יאָר צוריק איז דער ים־המלח געווען איין רעלאַטיוו גרויסע אָזערע, 70 קילאָמעטער אָדער 43 מײַל די גרייס. הײַנט איז אָבער אַ דריטל פֿונעם דאָזיקן שטח אין גאַנצן אויסגעטריקנט געוואָרן אָדער ווערט אַרויסגעהאָלפֿן דורך קינסטלעכע וואַסער־באַסיינען.

די זינק־גריבער באַווײַזן זיך נישט אין יאָרדאַניע, וווּ די ברעגן פֿונעם ים־המלח זענען מער באַרגיק. אויף דער ישׂראלדיקער זײַט, וווּ די ברעג־געגנטן זענען פֿלאַך, ווערן אָבער גרויסע שטחים פֿון דער געוועזענער אָזערע כּסדר אויסגעטריקנט. אונטערן אויפֿגעדעקטן דנאָ ליגט אַ 30־מעטערדיקער שיכט זאַלץ, וועלכער האָט זיך פֿאָרמירט במשך פֿון טויזנטער יאָר און ווערו דערווײַל, צו ביסלעך, צעוואַשן אונטערן רעגן. ווי אַ רעזולטאַט, באַווײַזן זיך די מסוכּנע „זינק־גריבער‟, וואָס ציִען אַרײַן דעם אַרומיקן באָדן.

דערווײַל פֿילט מען אָן יעדן נײַעם לאָך מיט ערד, אָבער דאָס איז נישט גענוג צו באַרויִקן די אָרטיקע אַרבעטער, וועלכע האָבן צו פֿיל מורא פֿון די „זינק־גרעבער‟ זיך אומצוקערן.