ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

די דיאָראַמעס אין דער דרײַ־דימענסיאָנעלער אויסשטעלונג פֿון אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין מזרח־אייראָפּע
די דיאָראַמעס אין דער דרײַ־דימענסיאָנעלער אויסשטעלונג פֿון אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין מזרח־אייראָפּע

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 30, 2015, issue of August 21, 2015.

פֿאָרזיזער פֿון „דאַיאַ‟, ד״ר כוליאָ שלאָסער, ווערט באַערט

פֿרײַטיק, דעם 24סטן יולי, האָט מען אין „בלויען זאַל‟ פֿון אַרגענטינער סענאַט פֿאַרטיילט די פּרעמיע „מיסיאָנער פֿאַרן שלום‟ דעם פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ — ד״ר כוליאָ שלאָסער. ער האָט באַקומען די אויסצייכענונג פֿאַר זײַנע טעטיקייטן לטובֿת דער יוסטיץ, דעם שלום און זײַן סאָלידאַרער אַרבעט.

דירעקטאָר פֿון „דאַיאַ‟ שרײַבט אונטער אָפּמאַך פֿון צוזאַמענאַרבעט מיט „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟ אין ניו־יאָרק

דאָנערשטיק, דעם 23סטן יולי, איז דער דירעקטאָר פֿון דער „דאַיאַ‟, אַבֿיגדור גאַרעליק, אויפֿגענומען געװאָרן אין ניו־יאָרק אין דער ביוראָ פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟. מיט דעם דירעקטאָר פֿון אינטערנאַציאָנאַלע ענינים, מיכאל זאַלבערג, האָט ער אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך פֿאַר געמיינזאַמער אַרבעט און אַרומגערעדט די לאַגע פֿון די ייִדן אין אַרגענטינע.

ער האָט זיך אויך געטראָפֿן מיט ראָזשער צוקערמאַן, דירעקטאָר פֿון דער „רעפּרעזענטאַטיװער פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס אין פֿראַנקרײַך‟ — CRIF, און מיט אים אָפּגערעדט אַן אַקטיװן אויסטויש פֿון אינפֿאָרמאַציע װעגן אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע.


ספּעקטאַקלען פֿאַר קליינוואַרג

אין בוענאָס־אײַרעס האָבן זיך אָנגעהויבן אין די שולן צװיי װאָכן פֿון װינטער־װאַקאַציעס. די קהילה האָט אָנגעהויבן מאָנטיק, דעם 27סטן יולי, אַ סעריע ספּעקטאַקלען ספּעציעל צוגעגרייטע פֿאַרן קליינװאַרג — טעאַטער, קאָנצערטן און מוזיק װעלן זיך פֿאַרציִען במשך דער ערשטער װאָך. אַלע ספּעקטאַקלען זײַנען אומזיסטע.


פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט רעפֿערירט וועגן דעם אַקאַדעמישן בויקאָט אויף ישׂראל

פּראָפֿ’ יוסי גאָלדשטיין, אַן אַרגענטינער געבוירענער און אַ דערצויגענער אין די ייִדישע שולן פֿון בוענאָס־אײַרעס, איז פּראָפֿעסאָר אין דעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים. ער האָט באַזוכט אַרגענטינע פֿאַר זײַנע היסטאָרישע און פּעדאַגאָגישע פֿאָרשונגען און ער האָט דאָנערשטיק, דעם 23סטן יולי, געהאַלטן אַ לעקציע אד״ט „דער אַקאַדעמישער און דער אינטערנאַציאָנאַלער בויקאָט אויף ישראל‟. ער האָט אויך אַרומגענומען אין זײַן באַלערנדיקער לעקציע די סיטואַציע אין ישׂראל און די באַציִונגען צװישן איראַן און לאַטײַן־אַמעריקע, װאָס באַאומרויִקט אַזוי שטאַרק דעם ייִשובֿ.

ער האָט זיך אויך געטראָפֿן אין „חורבן־מוזיי‟ מיט סטיפּענדיאַנטן, װאָס האָבן זיך באַטייליקט אויף די קורסן אין „יד־ושם‟, אין ירושלים. פֿאַר זיי האָט ער געהאַלטן אַ לעקציע װעגן דער נײַער היסטאָריאָגראַפֿיע פֿונעם חורבן.


קאַנדידאַטין פֿאַר בירגערמײַסטער פֿון אַ שטעטל אין מיסיאָנעס ווערט באַזײַטיקט צוליב חורבן־לייקענונג

די געװעזענע שנור פֿון נאַצי אַדאָלף אײַכמאַן איז געװען קאַנדידאַטין צו פֿאַרנעמען דעם אַמט פֿון בירגערמײַסטערין אין אַ קליין שטעטל אין דער פּראָװינץ מיסיאָנעס, אַ 1,000 ק״מ פֿון בוענאָס-אײַרעס. אין איר קאַמפּיין האָט זי אין אַ רעדע געלייקנט דעם חורבן, אין אַ שטעטל, װוּ עס װוינען נישט קיין ייִדן. דער פּרעזידענט פֿון איר פּאַרטיי האָט איר גלײַך געצװוּנגען צוצושטעלן די דעמיסיע און זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דער קהילה אין פּאָסאַדאַס, די הויפּטשטאָט פֿון דער פּראָװינץ.


הרבֿ אַשר שוועץ גיט לעקציע וועגן מנהגים פֿון זוכן אַ חתן, לויט דער גמרא

דאָנערשטיק, דעם 30סטן יולי, האָט הרבֿ אשר שװעץ געהאַלטן אַ לעקציע, בלויז פֿאַר געהייראַטע פּאָרלעך, צו פֿײַערן ט״ו באָבֿ. אונטער דער לאָזונג „נאַכט פֿון ליבע‟ האָר ער דערקלערט די מנהגים װען אין ירושלים, װי עס באַשרײַבט דער תּלמוד, פֿלעגן די מיידלעך אַרומזוכן חתנים. ער האָט אויך רעפֿערירט װעגן דעם סוד פֿון דער דאַטע פֿאַר דער קבלה און דער ייִדישער מיסטיק.


קאָנצערט פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן

דעם 29סטן יולי, איז אין דעם טעמפּל פֿון דער „ייִדישער קאָנגרעגאַציע פֿון דער אַרגענטינער רעפּובליק‟, די ערשטע סינאַגאָגע פֿון דער שטאָט, פֿאָרגעקומען דער טראַדיציאָנעלער קאָנצערט פֿון יעדן מיטװאָך. די פּיאַניסטין מעלינאַ מאַרקאָס, האָט געשפּילט פּיעסעס פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן אַהרן קאָפּלאַנד, שמואל באַרבער און דזשאָרדזש גערשװין.


3###־דימענסיאָנעלע אויסשטעלונג פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע

תּלמידים פֿון דער „אָרט‟־שול, פֿון דער ספּעציאַליטעט אין אינזשעניריע, האָבן צוגעגרייט אַ ספּעציעלע אויסשטעלונג, װאָס װײַזט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די ייִדן אין די מזרח־אײראָפּעיִשע שטעטלעך. די טעכניט װאָס זיי האָבן באַניצט איז אַ „דיאָראַמע‟ דורך װעלכער עס באַקומען זיך װירטועלע דרײַ דימענסיעס פֿון די עקספּאָנאַנטן. די מאַקעטעס האָבן אָפּגעשפּיגלט אַ מאַרק, אַ חדר, אַ ברית, אַ חתונה, אַ קבלת־שבת א״אַנד, װאָס מען האָט אילוסטרירט מיט צוגעפּאַסטע רעקאָרדירטע דערקלערונגען און ייִדישער מוזיק. כּדאַי צו באַמערקן אַז אינעם אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון ייִװאָ אין אַרגענטינע, זײַנען צעשטערט געװאָרן הילצערנע מאַקעטעס פֿון אַ שטעטל, אוישװיץ און אַן אַגראַר־קאָלאָניע, װאָס תּלמידים האָבן געשאָנקען, מיט 25 יאָר צוריק, דעם ייִװאָ־מוזיי.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.