ניו־יאָרק. — צום ערשטן מאָל אין כּמעט 100 יאָר וועט דער רבֿ פֿון דער באַרימטער ניו־יאָרקער שיל „קהילת ישורון‟ נישט זײַן קיין אָפּשטאַמיקער פֿון דער אָנגעזעענער משפּחה לוקשטיין.
די אָרטאָדאָקסישע שיל אויפֿן „אָפּער איסט סײַד‟ אין מאַנהעטן האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך דערוויילט פֿאַר איר נײַעם הויפּט־רבֿ ר׳ חיים שטײַנמעץ, וועלכער האָט במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר אָנגעפֿירט מיט דער מאָנטרעאָלער שיל „תּפֿרת בית דוד ירושלים‟. ער וועט איבערנעמען „קהילת ישורון‟ דעם 1טן יאַנואַר.
דער ביז־איצטיקער רבֿ, ר׳ יחזקאל לוקשטיין, וועלכער איז געוואָרן דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „קהילת ישורון‟ נאָך דער פּטירה פֿון זײַן טאַטן, הרבֿ יוסף לוקשטיין, אין 1979, איז הײַנט 83 יאָר אַלט און וועט נאָכן איבערגאַנג באַצייכנט ווערן ווי דער „ראַבײַ עמעריטוס‟ („פּענסיאָנירטער, אָבער ווײַטער באַערטער רבֿ‟).
די שיל, וואָס באַשטייט פֿון 1,100 מיטגלידער, איז איינע פֿון די פּראָמינענטסטע סינאַגאָגעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, צוליב איר לאַנג־יאָריקער פֿאַרבינדונג סײַ מיט דער אָנגעזעענער משפּחה לוקשטיין; סײַ מיט דער באַרימטער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער ייִדישער טאָגשול „רמ״ז‟, וואָס הרבֿ יוסף לוקשטיין האָט געגרינדעט אין 1937, און אויך צוליב דעם עשירות און חשיבֿות פֿון אַ סך פֿון אירע מיטגלידער. צווישן די באַרימטסטע פֿון זיי: דער געשעפֿטסמאַן און פֿילאָנטראָפּ, דזשאָרדזש ראָר; די באַקאַנטע משפּחה פֿון גרונט־מיסחר, די קושנערס; און איוואַנקאַ טראָמפּ (די טאָכטער פֿונעם רעפּובליקאַנער פּרעזידענט־קאַנדידאַט, דאָנאַלד טראָמפּ), וועלכע האָט זיך מגייר געווען אונטער הרבֿ לוקשטיינס השגחה, איידער זי האָט חתונה געהאַט מיט דזשאַרעד קושנער.
KJ, ווי די שיל איז צום בעסטן באַקאַנט, איז געגרינדעט געוואָרן פֿון דער משפּחה לוקשטיין אין 1905, ווען הרבֿ יחזקאל לוקשטיינס עלטער־זיידע, הרבֿ משה זבֿולון מאַרגאָליס, באַקאַנט ווי דער רמ״ז, איז געוואָרן דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער שיל.
ר׳ יחזקאל לוקשטיינס איינציקער זון, הרבֿ יהושע לוקשטיין, האָט נאָך מיט יאָרן צוריק פֿעסטגעשטעלט, אַז ער וויל נישט איבערנעמען די שיל פֿונעם טאַטן, און פֿירט איצט אָן מיט דער „וועסטשטעסטער טאָגשול‟, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע עלעמענטאַר־שול אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון ניו־יאָרק.
ווען KJ האָט מיט אַ האַלב יאָר צוריק געמאָלדן, אַז זי זוכט אַ „יורש‟, איז הרבֿ שטײַנמעץ נישט געווען צווישן די אַפּליקאַנטן, אָבער KJ האָט זיך דווקא אַליין געוואָנדן צו אים, צוליב זײַן גוטן שם און ווײַל זײַן אָרטאָדאָקסישע שיל אין מאָנטרעאָל איז ענלעך צו KJ מיט דעם וואָס אַ ממשותדיקער טייל פֿון די מיטגלידער זענען נישט פֿרום און גייען נישט אָפֿט אין שיל, כאָטש זיי שטיצן זי אויף אַ ברייטהאַרציקן אופֿן.
דער 51־יאָריקער הרבֿ שטײַנמעץ, וואָס איז איז געבוירן געוואָרן אין מאָנסי, נ״י, האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַשכּנזישער אָרטאָדאָקסישער סינאַגאָגע אין קאָט סאַן־לוק, מאָנטרעאָל, זינט 1996. פֿאַר דעם האָט ער געדינט ווי דער רבֿ פֿון דער „פֿליטוווּד־סינאַגאָגע‟ אין מאַונט־ווערנאָן, נ״י, און ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם תּלמוד־אָפּטייל אין סטערן־קאָלעדזש, די מיידל־שול פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט. ער האָט באַקומען סמיכה און אַ באַקאַלאַווראַט פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט און אַ מאַגיסטער אין דערציִונג פֿון אַדעלפֿײַ־אוניווערסיטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.