אַ שבתדיקע מאָלצײַט, וואָס מע האָט סערווירט בעת די אייראָפּעיִשע מכּבי־שפּילן אין בערלין, האָט געשלאָגן אַ „גינעס‟ וועלט־רעקאָרד.
בערך 2,322 ייִדישע מענער און פֿרויען האָבן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, דעם 31סטן יולי, זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ שבת־סעודה אָנגעפֿירט פֿון חב״ד־ליובאַוויטש, בעת דער מכּביה — די גרעסטע שבתדיקע סעודה אין דער געשיכטע. הרבֿ יהודה טײַכטאַל, דער הויפּט פֿון חב״ד אין בערלין, האָט אָנגעפֿירט מיט דער סעודה.
די געשעעניש איז געווען אַ פּראָיעקט אָרגאַניזירט פֿון אַלון מאיר, דער פּרעזידענט פֿון מכּבי אין דײַטשלאַנד, און ראָבי ריבער, דער וויצע־פּרעזידענט.
„ס׳איז געווען אַ סך שווערער דורכצופֿירן ווי מיר האָבן געמיינט,‟ האָט באַמערקט שנאור וואָלפֿמאַן, אַ ישיבֿה־בחור בײַ חב״ד אין אָוק־פּאַרק, מישיגען, וועלכער איז געקומען ווי אַ וואָלונטיר צו דער מכּביה ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם Roving Rabbis (וואַנדערנדיקע רבנים). „אַפֿילו בלויז דאָס אויסטיילן יאַרמלקעס איז געווען אַ ריזיקע אַרבעט, בפֿרט ווען מיר האָבן זיך געכאַפּט, וויפֿל מענטשן עס זענען דאָ!‟
נאָך דעם ווי אַלע, אָדער כּמעט אַלע, האָבן זיך אַוועקגעזעצט בײַ די געדעקטע טישן, און מע האָט געמאַכט המוציא, האָבן וואָלפֿמאַן און אַ צאָל אַנדערע ישיבֿה־בחורים זיך צעשפּרייט איבערן עסזאַל, וווּ זיי האָבן געזונגען זמירות, געטאַנצט און סתּם געשמועסט מיט די אַטלעטן.
אַ סך פֿון די זמירות, וואָס זיי האָבן געזונגען, האָט דער חב״ד אין בערלין געהאַט אָפּגעדרוקט — אויף לשון־קודש, דײַטש און ענגליש — אין אַ ספּעציעל ביכל לכּבֿוד דער סעודה, וואָס מע האָט אויסגעטיילט צו די געסט.
דער פֿריִערדיקער רעקאָרד האָט מען געשלאָגן אין יוני 2014, ווען 2,226 מענטשן זענען געקומען אויף אַ שבת־סעודה אָרגאַניזירט פֿון „שבת אין דער ווײַסער שטאָט‟ (White City Shabbat), אַ תּל־אָבֿיבֿער אָרגאַניזאַציע, וואָס קאָאָרדינירט שבתדיקע מאָלצײַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.