אין אינדיע, וווּ איך וווין, רעדט יעדער וועגן רעליגיע. אין דער שול, בײַ דער אַרבעט, אַפֿילו פֿאָרנדיק אין אַ טאַקסי, הערט מען יעדן טאָג אַ מיליאָן מאָל וועגן גאָט. קיינער שעמט זיך נישט צו שמועסן וועגן רוחניות, און אין אינדיע האָט עס גאָר אַן אַנדער טעם, ווי אין די מערבֿדיקע לענדער.
98 פּראָצענט פֿון די תּלמידים אין דער מומבײַער ייִדישער שול זענען מוסולמענער. יעדן אינדערפֿרי, הייבן זיי אָן זייער לערן־טאָג מיטן זינגען דעם ייִדישן פּיוט „אדון עולם‟. איך בין אָבער געגאַנגען במשך פֿון 12 יאָר אין אַ פּראָטעסטאַנטישער שול. די פּראָטעסטאַנטן זענען געווען אַ מינאָריטעט. יעדן אינדערפֿרי, האָב איך געזאָגט קריאת־שמע אין דער היים, און דערנאָך זיך באַטייליקט, צוזאַמען מיט הונדערטער תּלמידים און לערער, נאָכפֿאָלגער פֿון כּלערליי רעליגיעס, אין אוניווערסאַלע וועלטלעכע תּפֿילות. בײַם סוף פֿונעם שול־טאָג, האָבן מיר באַדאַנקט גאָט, מיט פֿאַרמאַכטע אויגן און צונויפֿגעלייגטע הענט, מיט ענגלישע גראַמען, וואָס אַנטהאַלטן נישט קיין אַסאָציאַציע מיט קיין קאָנקרעטער רעליגיע.
נישט לאַנג צוריק, האָב איך פֿאַרבראַכט שבת אין אַכמעדאַבאַד. ווען דער חזן אין דער שיל האָט אָנגעהויבן דאַוונען קבלת־שבת, האָט זיך כּמעט אינעם זעלבן מאָמענט דערהערט דאָס תּפֿילה־קול פֿון אַ מועדזין אין אַ שכנישן מעטשעט. זײַן זינגען האָט געקלונגען פּונקט ווי די איראַקישע ייִדישע ניגונים אין אונדזער מומבײַער שיל „כּנסת־אליהו‟, וווּ איך גיי געוויינטלעך דאַוונען. אַדרבה, ס׳איז כּדאַי פֿאַר אַלעמען זיך צוצוהערן מיטן אָפֿענעם האַרץ און באַגײַסטערטן שׂכל צום קול פֿון אַ מענטש, וואָס רופֿט די אַנדערע מתפּלל צו זײַן.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער מערבֿדיקער וועלט, וווּ רעליגיע איז אָפֿט אַ תּירוץ פֿאַר צעטיילונג און מחלוקת, הערשט אין אינדיע גאָר אַן אַנדער אַטמאָספֿער, וווּ יעדער האָט דרך־ארץ פֿאַר דער אמונה פֿונעם צווייטן. אין אינדיע זענען אויך נישטאָ געוויסע ראַסע־סטערעאָטיפּן; למשל, ס׳איז אינגאַנצן נאָרמאַל צו זײַן אַ ייִד מיט אַ טונקעלער הויט.
איך גלייב, אַז מײַן לאַנד לייגט פֿאָר אַ פּאַסיקן מוסטער, פֿון וועלכן די אַנדערע לענדער קאָנען זיך אָפּלערנען מוסר־השׂכּל. די תּושבֿים פֿון אונדזער לאַנד ווערן נישט אַסימילירט דווקא צוליב דעם, וואָס זיי רעפּרעזענטירן פֿאַרשיידנאַרטיקע קולטורן. הינדוסן, מוסולמענער, קריסטן, דזשייניסטן, בודיסטן, זאָראָאַסטריסטן און ייִדן זענען אַלע פֿאַרבונדן און פֿאַראייניקט, אָפּהיטנדיק אונדזער אייגנאַרטיקייט. ווי מע דערציילט, זענען די זאָראָאַסטריסטן מיט יאָרן צוריק אַנטלאָפֿן קיין אינדיע, צוליב די רעליגיעזע רדיפֿות קעגן זייער גלויבן. דער קיניג האָט זיך געזאָרגט, אַז די נײַ־קומער וועלן פֿאַרשפּרייטן אין זײַן לאַנד אַ פֿרעמדע רעליגיע. די זאָראָאַסטריסטן האָבן די דאָזיקע טענה פֿאַרענטפֿערט, אַז זיי וועלן זײַן ווי „צוקער אין מילך‟ — זיס און פֿאַרשפּרייט איבעראַל, אָבער צעשמאָלצן אינעם געמיש.
אָט־די פֿאָלקס־מעשׂה דערקלערט, ווי אַזוי די מינאָריטעטן פֿילן זיך אין אינדיע. איך בין אַ טונקעלער ייִד פֿונעם שבֿט „בני־ישׂראל‟. איך שטאָלציר מיט דעם, ווי אַזוי מיר, די אינדיער, לערנען זיך, לעבן און עסן צוזאַמען, בלײַבנדיק פֿאָרט געטרײַ צו פֿאַרשיידענע גײַסטיקע טראַדיציעס. ייִדן וווינען שוין 2,000 יאָר אין אינדיע, און איך גלייב, אַז אונדזער געשיכטע קאָן דינען ווי אַ וועגווײַזער פֿאַרן ייִדישן עתיד אַרום דער וועלט.
אַלץ מער ייִדן קומען הײַנט אָן קיין אינדיע, ווי אַקאַדעמישע פֿאָרשער אָדער כּדי זיך צו פֿאַרנעמען מיט געשעפֿטן. עס קאָן זײַן, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן זיך באַווײַזן אַ ממשותדיקע צאָל ייִדישע אימיגראַנטן, וועלכע וועלן באַטראַכטן אויף אַן אייגענעם אופֿן די זעלבע פֿראַגעס, ווי די ערשטע ייִדישע תּושבֿים אין אַמעריקע. דער אינדישער בפֿירוש פּאָזיטיווער און וואַרמער צוגאַנג צו רעליגיעזער פֿאַרשיידנאַרטיקייט קאָן העלפֿן אונדז אַלעמען צו פֿאַרשטיין, אַז דער אייבערשטער איז טאַקע דער איינציקער גאָט, הגם אונדזערע וועגן צו אים קאָנען זײַן אַנדערש. אויב מיר פֿאַרשטייען עס, קאָנען מיר מתפּלל זײַן צוזאַמען איינער פֿאַרן צווייטן, נישט געקוקט אויף אונדזערע אינדיווידועלע אייגנאַרטיקייטן.
ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אונדזער לאַנד געפֿינט זיך נישט אַזוי ווײַט פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן, וווּ עס בושעווען כּסדר צווישן־רעליגיעזע קאָנפֿליקטן. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז דער פֿרידלעכער אינדישער מוסטער פֿון מיטעקזיסטענץ וועט ווערן אַ בײַשפּיל פֿאַר די ייִדישע קהילות אין אַנדערע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.